שיינעם מעמד קביעת מזוזה ומסיבת לחיים לרגל פתיחת שערי תלמוד תורה החדש באבוב 45 אין ירושלים
- לפני 9 דקות
- זמן קריאה 2 דקות
מאנטאג פ' כי תבא • י''א אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער
מיט גרויס התרגשות האבן תלמידי וחסידי באבוב 45 תושבי ירושלים עיר הקודש, געפייערט דער מעמד פתיחת שערים פונעם נייעם תלמוד תורה דחסידי באבוב 45 בעיר השם שמה, אלס נאך א רינגעלע אין די קייט פון מוסדות הקדושים באבוב 45 צושפרייט איבער אלע עקן וועלט.
קהילת באבוב 45 אין עיר הקודש ירושלים באשטייט פון א הערליכן ציבור חסידים ואנשי מעשה, ציילנדיג שוין כיום ביי אריבער הונדערט משפחות בליעה"ר, כן ירבו, שוין א לענגערע צייט וואס מ'פלאנירט צו גיין מחיל אל חיל, פארמאגנדיג שוין אן אייגענעם ישיבה קטנה, און גרינדן א תלמוד תורה, באגלייט מיט די פערזענליכע הדרכה און התייעצות פונעם רועה נאמן דער רבי שליט"א, און אצינד איז געקומען די גליקליכע מינוט פון הרחבת גבולי הקדושה, מיט די עפענונג פון די נייע תלמוד תורה ווערנדיג ערמעגליכט פאר די עלטערן אז די אייגענע קינדער, די ילדי חמד היקרים, זאלן שוין קענען מקירוב מקום לערנען און נתגדל ווערן אין אן אייגענע מקום תורה בדרך המסורה לנו אויפן אויסגעטרעטענעם באבובער דרך.
צום גרינדונג פון די נייע תלמוד תורה האט כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א, אויפגענומען א ספעציעלער וועד הרוחני וואס זאל שטיין אין שפיץ פון אלע רוחניות'דיגע אנגעלענגהייטן, ואתם עמם וועט צושטיין די וועד הרוחני פון די צענטראלע מוסדות אין בארא פארק, מיט די שטיצע פון די ארטיגע הנהלה, וואס וועט שטיין גרייט על כל צעד ושעל.
די תלמוד תורה האט דעם אלול זמן אנגעהויבן די לימודים מיט די יונגערע כיתות, מיט אויסגערופענע מלמדים וואס זענען געשטעלט געווארן לשרת בקודש, מיט פלענער פארן צוקונפט בס"ד מרחיב צו זיין די גבולים אינערהאלב דעם מוסד, מיט כיתות פאר אלע יארגענג מקטן עד גדול.
לרגל די פתיחת שערי התלמוד תורה, איז אפגעהאלטן געווארן א מעמד קביעת מזוזה ומסיבת לחיים אינעם בנין התלמוד תורה אויף די אבן האזל גאס אין די עזרת תורה געגענט, מיטן השתתפות פון הגה"צ ר' אלי' חיים שטערנבוך שליט"א דומ"ץ באבוב 45 ירושלים, הגה"צ רבי יחזקאל שלאף שליט"א אב"ד ביאלאווא ובניו, די מנהלים ומחנכים און די הנהלת התלמוד תורה.די פארזאמלטע אנשים חשובים האבן קובע געווען די מזוזות ארום דעם תלמוד תורה און דאן האט נאכגעפאלגט א שיינעם מסיבת לחיים ביי וועלכן עס האבן אויפגעטרעטן דער דיין שליט"א, דער ביאלאווע רב שליט"א, הרב יואל עקיבא גאלדשטיין שליט"א ממנהלי המוסדות און נאך חברי הנהלת המוסד.


















תגובות