top of page
ויחן את פני העיר: היסטארישער מסיבת קבלת פנים אפגעהאלטן לכבודו פון האד' מסאטמאר אין לשכת הביד"ץ העדה החרדית
דינסטאג פ' תולדות • כ"ז חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש א היסטארישע מעמד קבלת פנים איז נעכטן אפגעהאלטן געווארן לכבודו הרם פונעם חשובן גאסט כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, אינעם לשכת הביד"ץ העדה החרדית ביים מקום מושב בית דין, ביי וועלכן עס האבן מפאר כבוד געווען די שרי התורה הגאונים הגדולים חברי הביד"ץ שליט"א און די חברי וועד הפועל פון די עדה החרדית. דער ספרא דדיינא הר"ר יצחק שלמה בלוי הי"ו האט מקבל פנים געווען דעם רבי'ן שליט"א אין נאמען פון די שרי התורה חברי הבית דין צדק, דערנאך האט מען


שיינע רבישע חתונה בחצרות ראחמיסטריווקא - וויזניץ געפראוועט אין שטאט בארא פארק
דינסטאג פ' תולדות • כ"ז חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: יוסף שלום ש., אברומי בערגער,JDN פארלאפענעם דינסטאג חיי שרה איז אין בארא פארק אפגעראכטן געווארן די חתונה פונעם חתן א זון פון הגה"צ ר' חיים מאיר ארנסטר שליט"א אבד"ק וויזניץ מאנטשעסטער, זון פון הגה"צ ר' מנחם ארנסטר שליט"א ראש ישיבת וויזניץ, און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מזידטשויב שיקאגא זצ"ל, מיט די כלה א טאכטער פון הרה"צ ר' מרדכי אהרן טווערסקי שליט"א, יונגסטע איידעם פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק מראחמיסטריווקא זצ"ל, די שמחה אי


האד' מסטאניסלאוו אויף א מעמד תפילת רבים ביים כותל המערבי נאך געהויבענעם שבת אין ירושלים
דינסטאג פ' תולדות • כ"ז חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער, JDN דעם מוצאי שבת נאכן געהויבענעם שבת וואס כ"ק אדמו"ר מסטאניסלאוו שליט"א האט געפראוועט אין עיה"ק ירושלים איז דער רבי אנגעקומען אויף א מעמד תפילת רבים ביים שריד בית מקדשינו די כותל המערבי וואו מען האט געזאגט ספר ראשון שבתהילים און נאך פרקי תהילים מיט תחינות ובקשות אויפן בנין בית המקדש. ביים פארלאזן דעם כותל האט די רבי באגעגענט המשפיע הגה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א מלעלוב.


האד' מטאהש פראוועט התרגשות'דיגער מעמד קביעות מזוזה אין "ישיבה גדולה תורת משולם פייש ד'טאהש" אין ניו יארק
דינסטאג פ' תולדות • כ"ז חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש נעכטן מאנטאג האט כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א אפגעשטאט א באזוך אין די נייע "ישיבה גדולה תורת משולם פייש ד'טאהש", וועלכע האט געעפענט אירע טויערן צום יעצטיגן נייעם זמן הלימודים תשפ"ו, ברוב פאר והדר מיט א שטארקע הצלחה בסייעתא דשמיא. אנקומענדיג האט דער רבי שליט"א קובע מזוזה געווען אין בנין הישיבה המפוארה, און דערביי אויך מכבד געווען דעם מנהל הרה"ג רבי מענדל וואלף האלצער שליט"א קובע צו זיין א מזוזה. דערנאך איז פארגעקומען א התרגשות'דיגע


מעמד פתיחת הזמן וקביעת מזוזה אין מתיבתא מאור יוסף סקווירא בראשות הרה"צ ר' חיים מאיר טווערסקי בן האד' מסקווירא
מאנטאג פ' תולדות • כ"ו חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: איצי מ.


כִּי הִנֵּה הַמְּלָכִים נוֹעֲדוּ: ביקור נימוסין פון האד' מסאטמאר ביי גיסו האד' מבעלזא
מאנטאג פ' תולדות • כ"ו חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש היינט אויפדערנאכט נאכן גרויסן מעמד קבלת פנים אין ירושלים האט כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אפגעראכטן א ביקור נימוסין ביי גיסו כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א נאך גאנצע צען יאר זינט די פריערדיגע מאל וואס די צוויי שוואגערס האדמור"ים שליט"א האבן זיך געטראפן בעת דעם סאטמארער רבינס באזוך אין ארץ ישראל בשנת תשע"ו. דער באזוך איז פארגעקומען אינעם בית תפילה בביתו נאווה קודש פונעם בעלזער רב שליט"א, וואס איז געווען אויסגעשטעלט אויף א גרעסערן פארנעם


מִקְדַּשׁ מֶלֶךְ: נגידי בית צאנז מיטגעלעבט שבת מרומם בצל האד' מצאנז אין אלטשטאט ירושלים סמוך ונראה צום כותל המערבי
מאנטאג פ' תולדות • כ"ו חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: משה גולדשטיין א זעלטן געהויבענע שבת איז אריבער אויף עטליכע הונדערט נגידים ותומכים בחצר הקודש צאנז,בצל הקודש פון כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א וועלכער האט געפראוועט דעם שבת קודש פ' חיי שרה אין אלטשטאט ירושלים ביים שריד בית מקדשינו דער כותל המערבי, אין ראם פונעם מסע הקודש "עתיקא קדישא" מיט די גרעסערע נדיבים בעם פון קהלות ומוסדות צאנז אין ארה"ק. ערב שבת ביים אנקומען קיין ירושלים איז די רבי שליט"א אריינגעפארן אין שטאט און


עינו ולבו שם כל הימים: האד' מלעלוב איז מתפלל ביי די מקומות הקדושים אין ירושלים
מאנטאג פ' תולדות • כ"ו חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער,JDN כ"ק אדמו"ר מלעלוב שליט"א פון אמעריקא איז נעכטן זונטאג אויפדערנאכט אנגעקומען קיין עיה"ק ירושלים וואו די רבי איז ארומגעפארן צווישן די מקומות הקדושים מתפלל צו זיין לישועתן של ישראל. צום ערשט איז די רבי אנגעקומען צום שריד בית מקדשינו דער כותל המערבי וואו די רבי איז צום ערשט צוגעגאנגען צום כותל גופא און מתפלל געווען א תפילה חרישית בדביקות עילאה, דערנאך איז די רבי אריין אינעם בית מדרש ביים כותל, זיך א


פראכטפולע דינער פאר נגידים תושבי ארה"ק לטובת 'קרן עולם התורה' אפגעהאלטן אין שטאט בני ברק
מאנטאג פ' תולדות • כ"ו חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר נעכטן זונטאג איז פארגעקומען אין בני ברק א פראכטפולער דינער לטובת דעם בארימטן "קרן עולם התורה" וואס איז נתייסד געווארן דורך די גדולי ראשי הישיבות פון ארץ ישראל, מחזק צו זיין דעם עולם התורה והישיבות וועלכע שטייען אויס רדיפות מצד די ציוניסטישע ממשלה וואס וויל ארויפצווינגען דעם ביטערן גזירת הגיוס אויף די בני ישיבות און עולם התורה אין אר"י היו לא תהי'. אין די לעצטע צוויי יאר נאכדעם וואס די גדולי התורה והחסידו


שמחת הפארשפיל פון אור אייניקל ביי האד' מנאראל צום שמחת החתונה די וואך אין ניו יארק
מאנטאג פ' תולדות • כ"ו חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר דעם שבת איז פארגעקומען די שמחת האויפרוף פון א אור אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מנאראל שליט"א, אייניקל פון זיין איידעם כ"ק אדמו"ר מקאזניץ סיגעיט זצ"ל, די חתן א זון פון זיין איידעם הרב שמואל שלום אונגאר שליט"א, זון פון הגה"צ ר' מאיר מרדכי דוד אונגאר שליט"א דומ"ץ האליין, מיט די כלה א טאכטער פון הגה"צ ר' פנחס דוד פרענקל שליט"א, זון פון כ"ק אדמו"ר מוויעליפאלי שליט"א, און איידעם ביי הגה"צ אבד"ק טשאקאווא קערעסטיר שלי


שיינעם באזוך פון האד' מסקולען מאנסי אין גאנץ יאריגע תלמוד תורה אין מאנטיסעלא
מאנטאג פ' תולדות • כ"ו חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN מיט א התרגשות דקדושה האבן די קינדער פון די גאנץ יאריגע ת''ת אין מאנטיסעלא געהאט די זכיה פאריגע וואך צו מקבל פנים זיין כ''ק אדמו''ר מסקולען מאנסי שליט"א, וואס האלט זיך די טעג אויף למנוחת הנפש אין די שכינות'דיגע סוואן לעיק געגענט און האט אויפן איינלאדענונג פון די הנהלת התלמוד תורה, באזוכט בין כותלי המוסד און משפיע געווען מאורו הבהיר פאר די טייערע צאן קדשים. א שיינעם מעמד קבלת פנים איז אפםגעהאלטן געווארן לכבודו


וועלט בארימטער פראפעסאר פון מיזורי לייגט פאר קאמפלעצירטע שאלות בהלכה פארן פוסק הדור
מאנטאג פ' תולדות • כ"ו חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש אין די יעצטיגע טעג איז אנגעקומען צוגאסט אין ארץ ישראל, דער וועלט בארימטער פראפעסאר שערמאן סילווער פון סענט-לואיס, מיזורי, וועלכע איז ברייט באקאנט מיט זיין אייגענארטיגע צוגאנג בעניני רפואה און האט שוין בס"ד ארויסגעהאלפן פילצאליגע פארפעלקער געהאלפן צו ווערן מיט קינדער. צווישן אנדערע האט ער פאריגע וואך אפגעשטאט א באזוך ביים פוסק הדור הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט"א בעל תשובות והנהגות, ווי ער האט פארגעלייגט פארשידענע קאמפלעצירט


גרויסארטיגע מעמד "צאתכם לשלום" בין כותלי ישיבה גדולה דסאטמאר לקראת מסע הקודש פון האד' מסאטמאר קיין ארה"ק
זונטאג פ' תולדות • כ"ה חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט גרויס התרגשות האבן די אריבער טויזנט תלמידי ישיבה גדולה דסאטמאר פון אלע סניפים, מיטגעהאלטן דעם מעמד "צאתכם לשלום" וואס איז אפגעהאלטן געווארן די וואך דאנערשטאג נאכמיטאג, ביי וועלכן די תלמידי הישיבה האבן זיך געזעגענען מיטן ראש הישיבה ורועה נאמן כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א איידערן אפרייזן אויף דעם מסע הקודש קיין ארץ ישראל, דעם היינטיגן מוצאי שבת. די תלמידי הישיבה וועלן כפי פקודת הקודש פון רבי'ן שליט"א פארבלייבן אין די ישיבה, און


מאסן חסידים ומעריצים ביי לוויה פון הרבנית מזידיטשויב פרעמיסלא ע"ה אין מאנסי
זונטאג פ' תולדות • כ"ה חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אלי שווארץ,JDN פילע אידן האבן נעכטן מוצאי שבת באגלייט למנוחת עולמים הרבנית הצדיקת מזידיטשוב פרעמיסלא ע"ה, אשר חבר ועזרתו בקודש פון כ"ק אדמו"ר מזידיטשוב פרעמיסלא שליט"א, וועלכער איז נפטר געווארן בפניא דמעלי שבתא אין בליענדן עלטער פון דריי און פופציג יאר נאך א שווערע קרענק ל"ע. א גרויסע ציבור האט זיך פארזאמלט פארנט פון ביהמ"ד זידיטשוב פרעמיסלא אין מאנסי צו באגלייטן דעם אשת חבר בדרכה האחרונה. בראש ובראשון האט מספיד


האד' מסאדיגורא ירושלים אויף א נסיעה צו די מקומות הקדושים אין גליל לקראת די חתונה פון בתו הכלה די וואך
זונטאג פ' תולדות • כ"ה חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש די וואך האט זיך כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא ירושלים שליט"א ארויסגעלאזט אויף א נסיעה בראש קהל חסידיו צו די מקומות הקדושים אין גליל, לקראת די שמחת החתונה פון בתו הכלה וואס קומט פאר די וואך מיטוואך הבעל"ט אין ירושלים. אינצווישן אנדערע האט די רבי שליט"א מתפלל געווען ביי די ציונים הק' פון די תלמידי הבעל שם טוב אויפן בית החיים העתיק אין טבריה, און ביים ציון הק' פון הרה"ק רבי ישראל מהוסיאטין זי"ע וואס ליגט אויך באהאלטן אויפן אלטן בית החיים א


קיים את הילד הזה: שמחת הברית בחצרות הקודש טשערנאביל - קאסאן לעיקוואד - פארשעי
זונטאג פ' תולדות • כ"ה חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילער קרעדיט: אברומי בערגער,JDN שמחת הברית פון א אור אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א, אייניקל פון זיין איידעם הרה"צ ר' יהוסף יחזקאל ראטטענבערג שליט"א, זון פון כ"ק אדמו"ר מקאסאן לעיקוואד שליט"א, בן הנולד ביי זיין זון הרב משולם זוסיא ראטטענבערג שליט"א, איידעם ביי הגה"צ ר' פנחס שלום ראטטענבערג שליט"א, זון פון כ"ק אדמו"ר מפארשעי שליט"א, די שמחה איז פארגעקומען אין טשערנאבילער בית המדרש אין בארא פארק.


קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט
דאנערשטאג פ' חי שרה • כ''ב חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש האדמו"ר מראחמיסטריווקא ביים אנקומען אין די נוארק לופטפעלד צו באשיינען די גרויסע שבת התאחדות "בצלו חמדתי" מיט די תלמידים ויוצאי ישיבת מאור עינים ראחמיסטריווקא, וואס קומט פאר דעם שבת אין די ארמון האטעל אין סטעמפארד קאנעקטיקוט. הגאון ר' יהודה תורגמן שליט"א מגדולי המקובלים אין ארה"ק באזוכט ביי האדמו"ר מסקאליע וואו עס איז פארצויגן געווארן א לענגערע שמועס בתורת הנסתר. חלוקת מעות דורך הרבני הנגיד ר' משה יעקב יוסף בראך הי"ו פאר די


יהדות צרפת מיטגעלעבט ימי אורה ביים קורצן ביקר חיזוק פון הגאון הגדול ר' משה הלל הירש ראש ישיבת סלאבאדקע
זונטאג פ' תולדות • כ"ה חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש די היימישע אידנטום אין פראנקרייך האט מיטגעלעבט ימי אורה וחיזוק, בצילו פון מרן ראש הישיבה הגאון הגדול רבי משה הלל הירש שליט"א ממנהיגי עולם התורה, וועלכער איז געקומען צו פארן אויף א דריי טאג'יגע "מסע חיזוק" און אריינגעבלאזן א גייסט פון התחזקות און התחדשות אין די ארטיגע קהילות הקודש. דער ראש הישיבה איז אנטפאנגען געווארן בכבוד הראוי אין די מוסדות התורה והחינוך מיט פאסיגע מעמדי קבלת פנים, אין אלע בתי חינוך ווי דער ראש הישיבה האט באז


פיבערהאפטע הכנות אין ירושלים עיה"ק צו געהויבענע מעמדים בצל הקודש פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א
זונטאג פ' תולדות • כ"ה חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש אין די צייט וואס כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א האט שוין געלאנדעט אויפן אייראפעאישן באדן, זייענדיג על אם הדרך אויפן מסע המרומם קיין ארה"ק, גייען אן די פיבערהאפטע הכנות בחוצות ירושלים מקבל פנים צו זיין פני קדשו, און חסידי סאטמאר זענען אין טיפער שפאנונג, גרייטנדיג זיך מיט אן הכנה דרבה מקבל פנים צו זיין דעם רבי'ן שליט"א ביים אנקומען קיין ירושלים עיה"ק. מארגן מאנטאג נאכמיטאג וועט די רבי פארלאזן גריכנלאנד וואו די רבי האט זיך אויפגעהאלטן


גרויסן ציבור אין שפיץ פון אדמור"ים ורבנים ביי שמחת הבר מצוה פון אור אייניקל ביי האד' משאץ
זונטאג פ' תולדות • כ"ה חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש א גרויסן ציבור חסידים ומעריצים, בראשות אדמור"י ורבני עיר בני ברק האבן פארגאנגענע וואך מיטגעהאלטן די שמחת הבר מצווה פאר אן אור אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר משאץ שליט"א, אייניקל ביי בנו הרה"צ רבי שלום אלעזר מאסקאוויטש שליט"א, א זוהן פון זיין איידעם הרה"ג רבי יעקב ישראל רייכמאן שליט"א אייניקל פון הנגיד החסיד ר' חיים דוד רייכמאן שליט"א פון לאנדאן.


bottom of page

