top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

עינו ולבו שם כל הימים: האד' מלעלוב איז מתפלל ביי די מקומות הקדושים אין ירושלים

  • sfbechatzros
  • לפני 4 שעות
  • זמן קריאה 1 דקות

מאנטאג פ' תולדות • כ"ו חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש

ree

בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער,JDN

כ"ק אדמו"ר מלעלוב שליט"א פון אמעריקא איז נעכטן זונטאג אויפדערנאכט אנגעקומען קיין עיה"ק ירושלים וואו די רבי איז ארומגעפארן צווישן די מקומות הקדושים מתפלל צו זיין לישועתן של ישראל.


צום ערשט איז די רבי אנגעקומען צום שריד בית מקדשינו דער כותל המערבי וואו די רבי איז צום ערשט צוגעגאנגען צום כותל גופא און מתפלל געווען א תפילה חרישית בדביקות עילאה, דערנאך איז די רבי אריין אינעם בית מדרש ביים כותל, זיך אראפגעזעצט און געזאגט פאר זיך די יהי רצון פאר תהילים און די ערשטע מזמורים שבתהילים מיט אן העתוררות עצומה, פון דארט איז די רבי צוגעפארן צום קבר דוד המלך וואו די רבי האט באלד ביים אנקומען זיך אראפגעבויגן און געשיקט די ערד, במקום אשר עמד אדמת קודש הוא, און מתפלל געווען א תפילה קצרה. דערנאך איז מען געפארן צום קבר רחל ווי די רבי האט געזאגט נאך עטליכע מזמורי תהילים און מתפלל געווען לישועתן של ישראל.


אונטערוועגנס צוריק קיין בני ברק האט זיך די רבי שליט"א אפגעשטעלט אינעם קאר ביים אריינגאנג קיין ירושלים און געזעגענט די חסידים ומשתתפי הנסיעה איידערן אהיימפארן קיין ניו יארק אין די קומענדיגע טעג.



bottom of page