top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט

  • sfbechatzros
  • 16 בנוב׳
  • זמן קריאה 7 דקות
ree

דאנערשטאג פ' חי שרה • כ''ב חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש

האדמו"ר מראחמיסטריווקא ביים אנקומען אין די נוארק לופטפעלד צו באשיינען די גרויסע שבת התאחדות "בצלו חמדתי" מיט די תלמידים ויוצאי ישיבת מאור עינים ראחמיסטריווקא, וואס קומט פאר דעם שבת אין די ארמון האטעל אין סטעמפארד קאנעקטיקוט.

ree

הגאון ר' יהודה תורגמן שליט"א מגדולי המקובלים אין ארה"ק באזוכט ביי האדמו"ר מסקאליע וואו עס איז פארצויגן געווארן א לענגערע שמועס בתורת הנסתר.


חלוקת מעות דורך הרבני הנגיד ר' משה יעקב יוסף בראך הי"ו פאר די אברכי מבצר הכוללים אין קרית יואל וואס פארן צום דערהויבענעם שבת תולדות באתרא קדישא מירון בצל הקודש פון האדמו"ר מסאטמאר.


אויך אין לאנדאן איז פארטיילט געווארן א תמיכה נכבדה פאר די לומדי הכולל און די מחנכים, לקראת דער געהויבענער שבת תולדות אין מירון.

ree

שיין בילד פון האדמו"ר מלעלוב ביים שיילן א באנאנע בעת דער מיטאג טיש וואס די רבי האט אפגעראכטן למעלה מן הזמן כדרכו, נאכן זמן מוצאי שבת אין בני ברק.

ree

האדמו"ר מצאנז קלויזענבורג איז זיך משתתף ביי א מסיבת שבע ברכות פון החתן אן אייניקל ביי הגה"צ רבי יצחק הערשקאוויטש דומ"ץ צאנז קלויזענברג מיט די כלה אן אייניקל הרה"ח ר' חיים זילבערמאן הי"ו, וואו די רבי האט אויסגערימט דעם חשובן חתן, מחותנים און זיידעס.


הגאון רבי משה הלל הירש שליט"א ראש ישיבת סלאבאדקע וואס געפונט זיך אין פראנקרייך אויף א מסע חיזוק, ביים אונטערשרייבן א גיגאנטישע ברכת הבית אינעם הויז פון איינע פון די ארטיגע נדבנים.


האדמו"ר מראחוב ביי די עבודת הריקודין לפני הכלה ביים שמחת החתונה פון בנו החתן פארגאנגענע וואך אין קרית יואל.


הרה"צ ר' שלמה צבי אלתר בן האדמו"ר מגור באזוכט בהיכלו פון האדמו"ר מסקווירא, נאכן וויילן שבת אין די אומגעגענט אינאיינעם מיט די יתומים פון די גערער קהילה אין ניו יארק.

ree

האדמו"ר מדאראג איז מתפלל על קברו פון זיין פאטער הרה"ח ר' שמואל ראזנפעלד ז"ל אויפן הר המנוחות, לכבוד די יארצייט וואס איז אויסגעפאלן די וואך.

ree

דער אסיר ציון הב' אריאל שמאי הי"ו ממצויני תלמידי ישיבת עטרת שלמה איז מנחם אבל ביי זיין ראש הישיבה הגאון ר' שלום בער סורוצקין שליט"א נאך זיין באפרייאונג פון טורמע.

ree

אויף די גאסן פון בארא פארק מערקט "קרישקעס" האדמו"ר מלוצק וועלכע איז אנגעקומען צו גאסט אין שטאט אויף א באזוך בקרב חסידיו.

ree

די ערשטע הכנות אויפן גיגאנגטישן שטח 89 אין אתרא קדישא מירון אין בעפארברייטונג צום היסטארישן שבת תולדות וואס האדמו"ר מסאטמאר וועט אפרעכטן אויפן הר הקודש מירון.


דער אסיר ציון הב' אריאל שמאי ני"ו ביים גומל בענטשן נאכן עולה זיין לתורה אין ישיבת עטרת שלמה, אויפצומארגנס פון זיין באפרייאונג פונעם מיליטערישע טורמע וואו ער האט געשמאכטעט פאר קרוב צו צוויי וואכן.


האדמו"ר מבאבוב45 ואחיו האדמו"ר מדאמבראווא ביים ארויסגיין צום חופה, ביי די חתונה בבית אחיהם הרה"צ ר' משה יוסף אונגער אבד"ק ווייצטען שיקאגא.


האדמו"ר ממעזיבוז דערלאנגט א קוויטל פאר אביו האדמו"ר מראחוב בשעת די חתונה פון אן אייניקל דעם פארגאנגענעם וואך אין קרית יואל.


האדמו"ר מטאלנא און הרה"צ ר' שלמה צבי אלתר בן האדמו"ר מגור אין א ריקוד מיט הרבני הנגיד ר' בנימין בייטל הי"ו ובנו הבחור הבר מצוה נאכן מעמד הנחת תפילין די וואך.

ree

הגה"צ אבד"ק ור"מ סאטמאר וויליאמסבורג שליט"א מערקט "קרישקעס" ביים שמחת התנאים פאריגע וואך לרגל די שידוך שליסן פון הכלה בת הרה"ח ר' חיים שלמה פישער הי"ו משב"ק האדמו"ר מסאטמאר.

ree

האדמו"ר מטעמישוואר איז עוסק בתורה אונטערוועגנס קיין ניו יארק, צום שמחת הברית פון אן אייניקל, בן הנולד ביי בנו האדמו"ר מזלאטשוב מאנסי.

ree

וויאזוי וואלט אויסגעזען א לופטפעלד קאנטראלירט דורך היימישע עסקנים. קאמישע איינדרוקן דורכן משמח אלוקים ואנשים ר' יואלי לעבאוויטש ביי זיין טעגליכן חק לישראל שיעור.

דער איש החסד ר׳ שי גראוכער הי"ו באזוכט די וואך בהיכלו פון האדמו"ר רבי דוד אבוחצירא שליט"א אין נהריה.

ree

הגה"צ גאב"ד וואודרידזש שליט"א בענטשט אן אור אייניקל נאכן מעמד הקריאת שמע ליינען.

ree

ביים סעודת הוואך נאכט אין א שמועס מיט הגה"צ רבי חיים מאיר האגער שליט"א ראש ישיבת וויזניץ בלומינגראוו בן האדמו"ר מוויזניץ וויליאמסבורג.

ree


הרבני הנגיד ר' מרדכי אלעזר הירש הי"ו מראשי ק"ק סאטמאר אין וויליאמסבורג ביים אריבערגיין וואונטשן מזל טוב פאר האדמו"ר מקראלי ביים חתונה פון אן אייניקל די וואך.

ree

דער בדחן און כלל טוער הרב יונתן שווארץ הי"ו ביים קבלת פנים בשמחת בית סקווירא מב"פ זייענדיג מעורר זיין דעם חתן מיט דברי התעוררות. אויפן אויבן אן מערקט "קרישקעס" האדמו"ר מוויזניץ ירושלים אין א דרינגענדע טעלעפאן געשפרעך לטובת חולי ישראל.

ree

דער בנין האדיר והחדש בית חינוך לבנות ד'סאטמאר אין בני ברק פארענדיגט כלול בהדרו צום חגיגת חנוכת הבית בראשות האדמו"ר מסאטמאר די קומענדיגע וואך. מערקט אויסגעקריצט אויפן געביידע, די נעמען פון די נדיבים בעם יושבים ראשונה במלכות סאטמאר וועלכע האבן איינגעהאנדלט א זכות קומה אינעם בנין.

ree

אייגנארטיגע מעמד קביעת מזוזה אין די נייע אפיסעס פון "הטפסר המרומם" הנגיד ר' אהרן סאמעט הי"ו.



די מאטארקאדע פונעם ראש הישיבה הגאון הגדול רבי משה הלל הירש ראש ישיבת סלאבאדקע קורסירן די גאסן פון פאריז - פראנקרייך, בעת דער מסע חיזוק וואס די ראש הישיבה האט אונטערגענומען קיין פראנקרייך מחזק צו זיין די ארטיגע אידנטום.



די מאפע אויסשטעל פון אתרא קדישא מירון מיט נייע נעמען פאר די גאסן על שמם פון אדמור"י בית סאטמאר לדורותיהם, אין בעפארברייטונג צום היסטארישן שבת תולדות אין מירון בראשות האדמו"ר מסאטמאר.

ree

האדמו"ר מסקולען מאנסי קוקט זיך אום אויף די פראדוקטן אין די נייע חידושפולע האלסעיל געשעפט מאטי'ס - מיטיב אין מאנסי ווי אלעס ווערט פארקויפט פאר האלסעיל פרייזן.

ree

צווישן די הונדערטער חסידים ואנשי מעשה וואס האבן זיך דורך געשלעגעלט צו וואונטשן מזל טוב פאר האדמו"ר מראחמיסטריווקא ספרינג וואלי נאך די מעמד החופה פון בתו הכלה מערקט "קרישקעס" דער פאטאגראפירער בחצרות הקודש ר' אברומי בערגער הי"ו.

ree

האדמו"ר מצאנז קלויזנבורג ווערט געזעהן ביים לוויה די וואך פון מרת יאקאב ע"ה אלמנת הרב ישעי' יאקאב ז"ל ראש הקהל צאנז קלויזענבורג.

ree

כיצד מרקדין: האדמו"ר ממודזיץ אין א קעדאטשקע טאנץ ביים חתונה פון אן אייניקל אין לאנדאן.

ree

צווישן די פילע משתתפים ביים חתונה פון אן אייניקל ביי הרה"ח ר' משה פריעדמאן הי"ו משב"ק אדמור"י בית סאטמאר מערקט "קרישקעס" דעם אלעמען באקאנטער שריפטשטעלער ר' הערשל פריעדמאן הי"ו.


א שיינעם ריקוד איז געשאפן געווארן ביים שמחת החתונה די וואך בחצר הקודש קראלי וואו די רבי איז געטאנצן מיט זיינע אייניקלעך די בחורי חמד בליעה"ר.

ree

האדמו"ר מוויען בסוד שיח מיט האדמו"ר מקאסוב ביים סיום ספה"ק מאור ושמש והתחלת לימוד ספה"ק סידורו של שבת דורך די חבורת הבחורים דחסידי וויען, וואו דער קאסובער רבי האט אויפגעטרעטן אלס נואם הכבוד.

ree

האדמו"ר מוויזניץ ביים שענקן דורון דרשה פארן בר מצוה בחור אן אייניקל פון ש"ב האדמו"ר מביאלא רמת אהרן די וואך.

ree

האדמו"ר מצאנז ביים אנוואונטשן א פארוואונדערטע זעלנער וואס איז טיילווייז פאראלזירט געווארן אינעם לעצטיגן מלחמה אין ארץ ישראל.

ree

דער משמח אלוקים ואנשים ר' יעקב יוסף לאנגסאם הי"ו ווערט באמערקט אין א שמועס מיט הרה"צ רבי חיים מאיר טווערסקי שליט"א בן האדמו"ר מסקווירא ביי א משפחה שמחה די וואך (קרעדיט: איצי מ.)

ree

שמחה גוררת שמחה: אינטערסאנטע ערשיינונג ביי א חתונה די וואך אין קרית בעלזא. קריאת שמע ליינען פאר אן אייניקל ביי איינע פון די מחותנים.


ואת המטה הזה תקח בידך: נייע הערליכע שטעקן פון ריין גאלד אין ווערד פון צענדליגער טויזנטער דאללארן, וואס איינע פון די נגידים בחצר הקודש סאטמאר האט געקויפט לכבודו פון האדמו"ר מסאטמאר, אין בעפארברייטונג צום מסע המרומם קיין ארה"ק.

ree

החתן הרב יוחנן טווערסקי בנו הצעיר פון האדמו"ר מסקווירא מב"פ אין א געהויבענעם ריקוד ארומגענומען מיט זיינע חברים ביים חתונה פאריגע וואך.

ree

הגה"צ גאב"ד אנטווערפן שליט"א באזוכט ביים ערשטמאליגן גרויסארטיגן "אנטווערק" ביזנעס עקספאו פאר תושבי עיר אנטווערפן זיך אומצוקוקן וויאזוי אידן זענען מקיים דעם "לכו והתפרנסו זה מזה".

ree

האחים המשפיעם לבית לעלוב, הרה"צ רבי אלמילך, הרה"צ ר' נחמן און הרה"צ ר' שמעלקא בידערמאן פארברענגען אינאיינעם ביי א משפחה שמחה די וואך.

ree

דער עסקן הידוע להצלת בחורי ישראל מגיוס הרב ר' שמעון שישא הי"ו איז מנחם אבל ביי הגאון ר' שלום בער סורוצקין שליט"א ראש ישיבת עטרת שלמה, על פטירת אמו ע"ה.

ree

האדמו"ר מביאלא בני ברק ביים בר מצוה אין לאס אנדזשעלעס פון אן אייניקל ביי הרבני הנגיד ר' בערל ווייס הי"ו, א זוהן פון זיין איידעם הנגיד ר' שמואל בנימין איינהארן הי"ו.


האדמו"ר מזוועהיל ווערט באמערקט אויפן וויזניצער בית החיים אין מאנסי ביים ציון הק' פונעם הייליגן ריבניצער רבי'ן זי"ע.

ree

ביים מעמד עלי' לציון פון הגה"צ ר' אהרן זאב מאליק זצ"ל אבד"ק סאמבור צום ערשטן יארצייט, מערקט "קרישקעס" הגה"צ אבד"ק סאמבור שליט"א אנגעטוהן מיטן קוטשמע כמנהג חסידים ואנשי מעשה אין די ווינטער סעזאן.

ree

הגאון ר' משה הלל הירש ראש ישיבת סלאבאדקע ביים שרייבן חידושי תורה אויפן עראפלאן אהיים קיין ארץ ישראל, נאכן ביקור חיזוק אין פראנקרייך.

ree

נאסטאלגיע: האד' מסאטמאר שליט"א און האד' מוויזניץ מאנסי אין א שמועס מיט'ן זיידן להבחל"ח הרה"ק בעל אמרי חיים מוויזשניץ זי"ע אין די בני ברק'ער גאסן.

ree

נמות ולא נתגייס: דער עלסטער מוחה ביים פראטעסט די וואך פארנט פונעם לשכת הגיוס אין ירושלים.

ree

האדמור"ים מוויזניץ וויליאמסבורג און באבוב 45 ביים צענטראלן שבע ברכות די וואך בשמחת בית סקווירא מב"פ.


גרויסער שאטער ווערט אויפגעבויעט אין שיכון סאטמאר בני ברק צום גרויסארטיגן מעמד חנוכת הבית פונעם נייעם בית חינוך לבנות.


האדמו"ר מסאטמאר גייענדיג אויפן וועג אהיים פון מעריב אין פלארידא וואו די רבי וויילט אצינד אויף אפרוה.


האדמור"ים מצאנז און לעלוב אין א שמועס בנועם שיח אינעם ייחוד שטוב איידערן מעמד החופה פאריגע וואך ביי די גרויסער לעלובער חתונה אין בני ברק.

ree

ילדי חמד תושבי שיקאגא ביים שלום נעמען פון האדמו"ר מבאבוב 45 בעת דעם רבינס קורצן באזוך אין שטאט.

ree

הרה"ח ר' בערל קליין הי"ו "ראש החברה" דחסידי בעלזא ביים פארטיילן נארהאפטיטע מאכלים פאר די צעירי הצאן נאכן כוללות קוויטל די וואך פאר די ילדי החסידות בחצה"ק בעלזא.

ree

די בחורי חמד תלמידי המתיבתא ד'באבוב 45 ביים אנקומען קיין יוניאן מיטצאהאלטן דעם שבת של שמחה בחצר הקודש

ree

דער בדחן ר' מאיר שטיין הי"ו איז מקיים שמחת חתן ביים שבע ברכות בשמחת בית קרעטשניף קרית גת, זייענדיג פארשטעלט אלס א ליובאוויטשער שליח.

ree

טשיקאווע מודעה אין ביהמ"ד סאטמאר בארא פארק צו ציען אויפמערקזאמקייט ביים ציבור מ'זאל זיכער מאכן צו לייגן לעיבעלס אויף די ווינטער שאל'ס, כדי נישט צו דארפן 'מנדב זיין' די אנאנימע פארלוירענע סחורה פאר קופת צדקת ישעי'.

ree

הרה"ח ר' יוחי פליישמאן הי"ו, דער מייסטער אווענט ארגאניזירער, ווערט געזען שטיין אין די שורה כעבדא קמיה מאריה אפצוגעבן מזל טוב פאר רבו כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא ספרינג וואלי ביי די חתונה פארגאנגענעם מיטוואך נאכט אין מאנסי.

ree

הונדערטער אידן אויפן פליגער קיין באפעלא צום ציון אין פונעם ערשטן רבי'ן על אדמת אמעריקע הרה"ק רבי אליהו יוסף מליניץ זצוק"ל.

ree

די הכנות אויפן בית החיים העתיק אין טבריה לקראת די הילולא פון הגה"ק מבולגרייא זצ"ל די קומענדיגע וואך, זיל גרייטנדיג צום עלייה לציון בראשות בנו האדמו"ר מבעלזא.


א הארציגן ברכת מזל טוב לכבוד די גרויסע שמחה פארן מזכה הרבים בנש"ק הרב נפתלי אונגאר שליט"ר לרגל שמחת הולדת הבת למזל טוב. מאסן ערווארטעט ביים קידושא רבא דעם שבת אין דאמבראווא ביהמ"ד אין בארא פארק.

ree

תגובות


bottom of page