גרויסארטיגע מעמד "צאתכם לשלום" בין כותלי ישיבה גדולה דסאטמאר לקראת מסע הקודש פון האד' מסאטמאר קיין ארה"ק
- sfbechatzros
- לפני 11 שעות
- זמן קריאה 3 דקות
זונטאג פ' תולדות • כ"ה חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש

מיט גרויס התרגשות האבן די אריבער טויזנט תלמידי ישיבה גדולה דסאטמאר פון אלע סניפים, מיטגעהאלטן דעם מעמד "צאתכם לשלום" וואס איז אפגעהאלטן געווארן די וואך דאנערשטאג נאכמיטאג, ביי וועלכן די תלמידי הישיבה האבן זיך געזעגענען מיטן ראש הישיבה ורועה נאמן כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א איידערן אפרייזן אויף דעם מסע הקודש קיין ארץ ישראל, דעם היינטיגן מוצאי שבת.
די תלמידי הישיבה וועלן כפי פקודת הקודש פון רבי'ן שליט"א פארבלייבן אין די ישיבה, און נישט מיטגעהאלטן פערזענליך די נסיעה מיטן רבי'ן שליט"א, אבער ווי שוין באריכטעט, נעמען די תלמידי הישיבות ארויס זייער חלק אינעם מסע הקודש, נאכן שאפן אין די לעצטע וואכן ריזיגע סכומים פאר דעם רבי'נס פריוואטע צדקה-קאסע, ביי וועלכן דער רבי שליט"א וועט א"ה פארטיילן גרויסע סכומים פאר עניי ארה"ק בעת זיין באזוך אין ארה"ק.
די בחורים האבן געזינגען עטליכע ניגונים און פארגעזינגען ספעציעלע חרוזים לכבוד המאורע, דערנאך האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' שמחה שלום שטיינבערגער שליט"א רב דביהמ"ד דברי חיים מגיד שיעור אין ישיבה, וועלכע האט ארויסגעברענגט די קשר פון רבי'ן שליט"א מיט די תלמידי הישיבה, און דערנאך איבערגעגעבן א כוללות קוויטל פון אלע תלמידי המתיבתא. דער רבי האט א לענגערע צייט אדורכגעליינט די קוויטל בשעת די בחורים האבן געזינגען ניגוני התעוררות, דער רבי האט דערנאך געטרינקען לחיים און אנגעוואונטשן פאר די רמ"י ותלמידי הישיבה.
דערנאך האט די רבי משמיע געווען דברות קודש וואו דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק אנכי בדרך נחני ה' און ארויסגעברענגט אז מען גרייט זיך צו פארן אויף שב"ק קיין אתרא קדישא מירון אינאיינעם מיטן היימישן עולם תושבי ארה"ק אין צוגאב צו נאך פילע אידן וואס וועלן קומען צו פארן פון חוץ לארץ, עס כאפט אן א ציטער צו טראכטן פון גודל קדושת המקום און וויאזוי מען קען קומען צו אזא הייליגע פלאץ, נאר מען איז זיך מחזק אז מיט די מידת החסד וואס מען טוט מיט די עניי ארץ ישראל אין דעם זכות וועט מען קענען צוגיין צום מקום קדוש, דערביי האט דער רבי באדאנקט די בחורים וועלכע זענען געגאנגען נאך געלט און וועלן אוודאי זוכה זיין צו כל מילי דמיטב, דער רבי האט ממשיך געווען און געזאגט אז מען וועט בעזהי אראפלייגן די כוללות קוויטל אין אינזין האבן די תלמידי הישיבה אין מירון.
דערנאך האט דער רבי געבעטן די בחורים אז מען זאל זיך מתאמץ זיין מיט לימוד שעות רציפות במשך די צוויי וואכן וואס מען וועט זיין אין ארה"ק און זיכער מאכן אז עס זאל נישט זיין קיין התרשלות אין די לימודי הישיבה און דורך די תורה הק' קען מען זיך מקשר זיין צו התנא האלקי רבי שמעון בר יוחאי און אויסבעטן אלעס גוטס אנן מהתם ואתם מהכא, דער רבי האט מאריך געווען בשבח פון די ערליכע ציבור וואס פארט מיט קיין מירון, חסידישע אינגעלייט פארן בחדרת קודש צו רבי שמעון קיין מירון מיט אן ערנסטקייט און געהויבנקייט! דע לפני מי אתה נכנס, לפני אש להבת שלהבת, א פלאץ פון ווי עס קומט ארויס השפעות קדושות ברוחניות ובגשמיות, און מען האפט צו זיין א שליח להולכה צו אהינטראגן די בקשות און א שליח לקבלה אהיימצוברענגען אלע גוטע השפעות פאר יעדעם איינעם, און דער רבי האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר די מרביצי תורה און פאר אלע תלמידי הישיבה.
דערנאך האבן אלע בחורים וואס האבן צוזאמגענומען גרעסערע סכומים לטובת דעם רבינס קופה לעניי ארץ ישראל, געהאט די געלעגענהייט איבערצוגעבן פערזענליך די סכומים אינאיינעם מיט א פריוואטע קוויטל וואס דער רבי וועט מיטנעמען קיין מירון, דערנאך איז דער רבי אריין לחדרו הפרטי ווי דער רבי האט פארטיילט שיירי נוי סוכה פאר אלע בחורים וועלכע האבן אריינגעברענגט גרעסערע סכומים און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר די עסקנים פונעם קאמפיין, דערנאך האט דער רבי געדאווענט מנחה בהיכל הישיבה, און נאך מנחה האבן די תלמידי הישיבה ארויסבאגלייט דעם רבי'ן שליט"א בשירה וזמרה.






































