פראכטפולע דינער פאר נגידים תושבי ארה"ק לטובת 'קרן עולם התורה' אפגעהאלטן אין שטאט בני ברק
- sfbechatzros
- 17 בנוב׳ 2025
- זמן קריאה 2 דקות
מאנטאג פ' תולדות • כ"ו חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי לרר
נעכטן זונטאג איז פארגעקומען אין בני ברק א פראכטפולער דינער לטובת דעם בארימטן "קרן עולם התורה" וואס איז נתייסד געווארן דורך די גדולי ראשי הישיבות פון ארץ ישראל, מחזק צו זיין דעם עולם התורה והישיבות וועלכע שטייען אויס רדיפות מצד די ציוניסטישע ממשלה וואס וויל ארויפצווינגען דעם ביטערן גזירת הגיוס אויף די בני ישיבות און עולם התורה אין אר"י היו לא תהי'.
אין די לעצטע צוויי יאר נאכדעם וואס די גדולי התורה והחסידות זענען ארומגעפארן די וועלט צו שאפן די שווערע געלטער פאר'ן קרן עולם התורה, זענען די נגידים ותומכי התורה תושבי ארץ ישראל געקומען מיט א טענה פון 'למה נגרע' און זיי ווילן אויך האבן א חלק אינעם קיום פון עולם התורה בארצנו הקדושה, אויף דעם ארויף איז ווי געזאגט פארגעקומען אן עלעגאנטע מסיבה פאררופן דורך הנגיד המפורסם ר' ישכר קנאלל אין זיין שטוב אין בני ברק, וואו עס זענען געלאדנט געווארן אן ענגע צאל נגידים פון אלע קרייזן, ליטווישע, חסיד'ישע, און ספרד'ישע צוגלייך, וועלכע זענען זיך צונויפגעקומען כאיש אחד בלב אחד צו שטיצן דעם קרן עולם התורה מיט סכומים אדירים.
דער מעמד איז באשיינט געווארן דורך די גדולי ראשי הישיבות און א צאל גדולי ישראל פון אלע קרייזן וואס די באטייליגטע האבן געהאט די זכי' צו זיצן במחיצתם וליהנות מאור תורתם, הלא המה: הגאון ר' דב לאנדא שליט"א און הגאון ר' משה הלל הירש שליט"א ראשי ישיבות סלאבאדקא, כ"ק אדמו"ר ממודזיץ שליט"א, כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא שליט"א, המשגיח הגאון רבי דן סגל שליט"א, הגאון ר' יעקב הילל שליט"א ראש ישיבת המקובלים אהבת שלום, הגאון ר' דוד כהן שליט"א ראש ישיבת חברון, הגאון ר' אברהם סאלים שליט"א, המקובל הגאון ר' שמעון גלאי שליט"א און נאך.
די חשוב'ע נגידים זענען אויפגענומען געווארן מיט גרויס כבוד דורכ'ן בעל אכסניא הנגיד ר' ישכר און האבן זיך געזעצט צו די רייך געדעקטע טישן. עס האט צום ערשט אויפגעטרעטן הרבני הנגיד ר' ראובן וואלף הי"ו מראשי קרן עולם התורה וועלכער איז ספעציעל געקומען צו פארן פון אמעריקע צו באשיינען דעם מעמד, און ער האט איבערגעגעבן פאר די אנוועזענדע נגידים א באריכט פון די פעולות הקרן וואס האט שוין פארטיילט פאר די עולם הישיבות בארץ ישראל פאנטאסטישע סכומים.
דאן האט מען מיט א חרדת הקודש מקבל פנים געווען די גדולי ישראל וועלכע זענען אריינגעקומען צו באשיינען דעם מעמד, בנוכחותם האט אויפגערטעטן דער בעל אכסניא מיט דברי פתיחה.
דערנאך האט אויפגעטרעטן בקול חוצב להבות אש הגאון ר' דוב לאנדא שליט"א וועלכער האט געשילדערט דעם שווערן מצב אין ארץ ישראל וואו די רודפי הדת ווילן אונטערדריקן דעם עולם התורה מיט'ן גזירת הגיוס, און אויסגעשריגן מנהמת ליבו "ווער ווייסט וואס דער סוף וועט זיין אויב מען וועט מוזן צושפארן מוסדות התורה היל"ת".
דערנאך איז געהערט געווארן דער חובת השעה פונעם ראש הישיבה הגאון ר' משה הלל הירש שליט"א וועלכער האט ארומגערעט איבער די נחיצות צו שטיצן דעם קרן, און ראטעווענען די ישיבות און כוללים פון דעם שווערן לאגע.
ביים שלוס איז פארגעקומען א רייכער פראגראם בשירה וזמרה באגלייט מיט כלי שיר אנגעפירט דורכן בעל מנגן ר' מאטי שטיינמעץ, און די גדולי ישראל האבן זיך אויפגעשטעלט אויף א רקידה, בעפאר'ן פארלאזן דעם מעמד האבן די גדולים זיך געוואונטשן איינער פאר'ן אנדערן, ונפרדו לשלום.



























































































תגובות