top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

וועלט בארימטער פראפעסאר פון מיזורי לייגט פאר קאמפלעצירטע שאלות בהלכה פארן פוסק הדור

  • sfbechatzros
  • לפני שעתיים
  • זמן קריאה 1 דקות

מאנטאג פ' תולדות • כ"ו חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש

ree

אין די יעצטיגע טעג איז אנגעקומען צוגאסט אין ארץ ישראל, דער וועלט בארימטער פראפעסאר שערמאן סילווער פון סענט-לואיס, מיזורי, וועלכע איז ברייט באקאנט מיט זיין אייגענארטיגע צוגאנג בעניני רפואה און האט שוין בס"ד ארויסגעהאלפן פילצאליגע פארפעלקער געהאלפן צו ווערן מיט קינדער.


צווישן אנדערע האט ער פאריגע וואך אפגעשטאט א באזוך ביים פוסק הדור הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט"א בעל תשובות והנהגות, ווי ער האט פארגעלייגט פארשידענע קאמפלעצירטע שאלות בהלכה, און דער פוסק הדור האט געפסקנ'ט בהלכה ברורה אויף יעדן שאלה מיט א געוואלדיגע קלארקייט.


נאכן הערן די קלארע תשובות פונעם פוסק הדור, האט דער פראפעסאר אויסגעדרוקט זיין התפעלות פון דעם גאון'ס קלארע פארשטאנד אין די גאנצע נושא, און פאשפראכן אנצוהאלטן א נאנטן קשר מיטן פוסק הדור מריחוק מקום, און ארבעטן ווייטער ארויסצוהעלפן נויטבאדערפטיגע משפחות געהאלפן צו ווערן מיט זרע של קיימא.


אויך האט ער באזוכט אינעם 'בית הוראה יד הרמ"ה' בנשיאות הגאון רבי מתתי' דייטש שליט"א גאב"ד רמת שלמה, ווי די רבנים זענען געזעצן צוזאמען מיטן פראפעסאר און א לענגערע צייט דורכגעטון די גאר קאמפלעצירטע שאלות ודקדוקי הלכה לויט די מקובלד'יגע מסורה פון די זקני וגדולי עמודי ההוראה.


ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree

bottom of page