האד' מטאהש פראוועט התרגשות'דיגער מעמד קביעות מזוזה אין "ישיבה גדולה תורת משולם פייש ד'טאהש" אין ניו יארק
- בחצרות הקודש

- 18 בנוב׳ 2025
- זמן קריאה 1 דקות
עודכן: 19 בנוב׳ 2025
דינסטאג פ' תולדות • כ"ז חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש

נעכטן מאנטאג האט כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א אפגעשטאט א באזוך אין די נייע "ישיבה גדולה תורת משולם פייש ד'טאהש", וועלכע האט געעפענט אירע טויערן צום יעצטיגן נייעם זמן הלימודים תשפ"ו, ברוב פאר והדר מיט א שטארקע הצלחה בסייעתא דשמיא.
אנקומענדיג האט דער רבי שליט"א קובע מזוזה געווען אין בנין הישיבה המפוארה, און דערביי אויך מכבד געווען דעם מנהל הרה"ג רבי מענדל וואלף האלצער שליט"א קובע צו זיין א מזוזה.
דערנאך איז פארגעקומען א התרגשות'דיגע מעמד לחיים, וואו דער מנהל האט מקבל פנים געווען דעם רבי'ן מיט פאסיגע דיבורים, און גלייכצייטיג איבערגעגעבן א פריסת שלום פון די התחלת הזמן אין ישיבה, ארויסברענגענדיג די געוואלדיגע התמדת התורה פון די חשובע בחורים, די געוואלדיגע עבודת התפלה, די ווארימע היימישע אטמאספער, די אחדות ואהבת חברים פון די בחורים.
הרה"ג ר' שלמה יונגער דומ"ץ טאהש קרית יואל ר"מ בישיבה האט דאן איבערגעגעבן א ווארימע גריס פארן רבי'ן פון די דערהויבענע שבתים אין די ישיבה, און דער רבי האט איבערגעגעבן ברכת הקודש פאר די בחורי חמד, און געגעבן חיזוק והדרכה ווייטער מוסיף צו זיין בתורה עבודה ומדות טובות און אויסנוצן די צייט.
דערנאך איז דער רבי אריבער אין בנין הישיבה קטנה תפארת משולם פייש ד'טאהש, וואו דער מנהל הרה"ג רבי מנחם מענדל סג"ל גאלדשטיין שליט"א האט מקבל פנים געווען מיט פאסיגע ווערטער, און געגעבן א גריס פון די געוואלדיגע התעלות פון די תלמידים.
די רבי האט איבערגעגעבן א ווארימע שמועס בחיזוק והדרכה פאר די תלמידי הישיבה, און דערנאך געגעבן לחיים און ברכת קדשו פאר די בחורים.
















תגובות