כִּי תַבְנָה בַּיִת חָדָשׁ: חנוכת "היכל ביהמ"ד – היכל גדלי'" אין בנין החדש ישיבה קטנה קנין תורה ד'סאטמאר מאנסי
- לפני 17 שעות
- זמן קריאה 3 דקות
מיטוואך פ' כי תצא • ו' אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: א בלום
פארגאנגענעם זונטאג איז כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אנגעקומען אויף א לענגערע באזוך אין שטאט מאנסי צו באשיינען די חגיגת חנוכת "היכל ביהמ"ד – היכל גדלי'" אין בנין החדש ישיבה קטנה קנין תורה ד'סאטמאר מאנסי.
אינדערפרי איז דער רבי שליט"א אנגעקומען אויף תפילת שחרית אין די נייע פראכטפולע בנין פון הישיבה וועלכע איז אין די טעג פארענדיגט געווארן די ערשטע פאזע פונעם בנין ברוב פאר והדר.
ביים אנקומען האט זיך דער רבי באגריסט מיט הגה"צ אב"ד ור"מ סאטמאר מאנסי שליט"א און מיט הרבני הנגיד ר' אברהם יקותיאל יערמיאש הי"ו, נדבן פונעם היכל הביהמ"ד 'היכל גדליהו', דער רבי איז ארומגעגאנגן אינעם גאנצן בנין און דערביי געהערט א באריכט פון די הנהלת הישיבה, איבער די ווייטערדיגע בוי פלענער פון די צווייטע פאזע.
דערנאך איז דער רבי אריין בהיכל הישיבה און זיך ארומגעדרייט צווישן די בחורים און זיך אומגעקוקט אויף די לימודים מיט א שטארקע קורת רוח.
נאכן תפילין לייגן פאר עטליכע בר מצוה בחורים האט מען געדאוונט א ווארעמע תפילת שחרית בהתלהבות, נאכגעפאלגט מיט א מסיבת לחיים און מעמד חנוכת הבית אינעם נייעם היכל הביהמ"ד.
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און הגה"צ אב"ד ור"מ סאטמאר מאנסי שליט"א האט אויפגעטרעטן מיט א דרשה לכבוד משפחת יערמיאש הנכבדה.
דער רבי האט דערנאך געטרינקען לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן רב שליט"א, פארן נדיב ר' אברהם יקותיאל הי"ו, און פאר די רמ"י ותלמידי הישיבה.
דערנאך האט דער רבי שליט"א אנגעהויבן די דברות קודש מעניני צדקה בפרט אום חודש אלול. דער רבי האט ארויסגעברענגט די שמחה וואס די היינטיגע טאג איז פאר די תלמידי הישיבה ווען מען איז מחנך א נייע בנין לתורה ולתפילה און מאריך געווען בשבח פון די ישיבה וועלכע האט זיך קונה געווען א שם טוב, תחת הדרכתו פון הגה"צ אב"ד ור"מ סאטמאר מאנסי שליט"א, און זיך אנגערופן, בואו ונחזיק טובה פארן חשובן נדבן הביהמ"ד, הרבני הנגיד ר' אברהם יקותיאל יערמיאש הי"ו וועלכע האט מנדב געווען די היכל הביהמ"ד לע"נ אביו הרה"ח ר' גדלי' ע"ה וואס די ערשטע יארצייט געפאלט היינט זונטאג, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן נדבן ובני משפחתו און פאר אלע רמ"י ותלמידי הישיבה.
צום שלוס פונעם מעמד האט דער רבי איבערגעגעבן א מתנה א זילבערנע בעכער פארן נדבן הרבני הנגיד ר' אברהם יקותיאל הי"ו.
פון דארט איז דער רבי אריבער אויף פת שחרית אין שטוב פון הנגיד החסיד ר' הערשל ווערטהיימער הי''ו יושב ראש ועד קרן הבנין און רוח החיים פונעם פראיעקט.
שפעטער אין טאג איז דער רבי ארויף צו עטליכע נדיבים בעם וועלכע האבן זיך אנגערופן מיט ריזיגע סכומים און איינגעקויפט זכותים אין די נייע בנין הישיבה. צוערשט איז דער רבי ארויף אין שטוב פון הנגיד הישיש ר' הערש אלימלך ווערצבערגער הי"ו ראש הקהל סאטמאר מאנסי, וואו עס איז אנטוויקלט געווארן א שיינע שמועס מיט זכרונות פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע אין די בראשית יארן אין אמעריקע און איבער די באזוך פונעם סאטמארער רבי'ן זי"ע אין מאנסי בשנת תשל"ט.
דערנאך איז דער רבי אריבער אין שטוב פון הנגיד ר' שמואל זאנוויל ווערטהיימער הי"ו מנהל מוסדות סאטמאר מאנסי, וועלכער האט אפגעקויפט די זכות פון די צענטראלע שער פונעם בנין הישיבה. דערביי איז פארגעקומען א התחלת כתיבת ספר תורה דורך הרה"ח ר' שמואל זאנוויל הי"ו, דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות און דערנאך אונטערגעשריבן די שטרות מיטן נדיב.
צום לעצט איז דער רבי ארויף אין שטוב פון הנגיד ר' ארי' האפפמאן הי"ו וועלכער האט אפגעקויפט די זכות פון א כתה אינעם בנין הישיבה, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט אונטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיטן נדבן, דער רבי האט געטרינקען לחיים און אנגעוואונטשן פארן נדיב ומשפחתו.



































































































































תגובות