top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

תפילת רבים: עצרת תפילה והתעוררות וועט פארקומען היינטיגן דינסטאג לרפואתו השלימה פון האד' מתולדות אברהם יצחק

  • sfbechatzros
  • לפני 10 שעות
  • זמן קריאה 2 דקות

מאנטאג פ' וירא • י''ב חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש

ree

אין די צייט וואס די מצב הבריאות ביי כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א איז ליידער נאך ווייט פון גוט, ווען דער רבי געפונט זיך אין די הדסה שפיטאל אין ירושלים זיך מוטשענענדיג מיט א שווערע אינפעקציע און שטארקע יסורים ה"י, און איז אנגעוויזן אויף רחמי שמים, איז באשטימט געווארן אויף היינטיגן דינסטאג א גרויסע יום תפילה והתעוררות פאר תלמידי וחסידי תולדות אברהם יצחק בעיר השם שמה.


די גרויסע מעמד עצרת תפילה והתעוררות וועט פארקומען דינסטאג בשעה 2:30 נאכמיטאג אין ביהמ"ד הגדול תולדות אברהם יצחק אין די מאה שערים געגנט אין ירושלים, אין שפיץ פונעם רבינס קינדער הרבנים הגאוה"צ שליט"א. מען וועט אנהייבן מיט תפילת מנחה און אמירת ספר רביעי שבתהלים, דערנאך וועט מען הערן א פייערדיגע דרשה לעורר הלבבות פון הגה"צ המשפיע ר' אלימלך בידערמאן שליט"א מלעלוב, נאכגעפאלגט מיט אמירת סליחות פארגעזאגט דורכ'ן משפיע בהתעוררות רב.


פון די שפיטאל ווענט הערט מען אז מען קוקט שטארק ארויס אויף פאזיטיווע אנטוויקלונגען, נאך וואס עס איז ארויפגעקומען פארשידענע אפציעס און באהאנדלונגען וואס מען האפט עס וועט עושה רושם זיין לטובה, זיך ארויסצוזעהן פון די שווערע אינפעקציע וואס פלאגט דעם רבי'ן שוין עטליכע וואכן, און צו לינדערן די שווערע יסורים.


היינט דורכ'ן טאג האט מען ב"ה מצליח געווען אריינצוברענגען פרישע דאקטוירים און מומחים מיט שטארקע עקספערטיז, וואס גיבט גרויסע שאנסן אז דער רבי זאל זיך ערהוילן אין די נאנטע טעג בעז"ה. אין די קומענדיגע 24 שעה וועלן זיי מאכן א באשלוס איבער די ווייטערדיגע שריט אין די מעדיצינישע באהאנדלונגען, ווי פארשטענדליך נויטיגט זיך די רבי אין אסאך תפילות ישראל אין אזא גורל'דיגע צייט, אז אלעס זאל טאקע גיין ווי געפלאנט ביז די די רבי וועט זיך קענען ערהוילן בס"ד, כלל ישראל איז ווייטער מתפלל פאר מרן שמואל יעקב בן יענטא בתוך שאר חולי ישראל, והן קל כביר לא ימאס תפילת הרבים.

bottom of page