דאנערשטאג פ' וישב • י"ח כסלו תשפ"ה | בחצרות הקודש
די וואך זונטאג איז כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אנגעקומען קיין לעיקוואד אין די דזשעקסאן געגענט וואו דער רבי איז צוגעפארן צום שטוב פון הרה"ג רבי שמחה שטראהלי שליט"א, רב דקהל שערי אי"ש וואו עס פארגעקומען א מסיבת נהדרה לטובת די מוסדות תורה ויראה דרבינו יואל מסאטמאר, לעיקוואוד יע"א, ווי פילצאליגע נדיבי וחשובי עם שיחי' האבן זיך פארזאמלט צו שטיצן די הייליגע מוסדות. עס האט צום ערשט אויפגעטרעטן בשבח המוסד מוה"ר מאיר מרדכי בערקאוויטש הי"ו. דאַן האט דער בעל אכסניא דער רב שליט"א אויפגעטרעטן ארויסברענגענדיג רגשי לבבו איבער די מוסדות הק'.
דערנאך האט מען ביותרת הכבוד זיך צוגעהערט צו די דברות קודש פונעם רבי'ן שליט"א וועלכער האט פארפירט א לענגערע שיינע שמועס זייענדיג פותח בכבוד אכסניא, דער חשוב'ער רב וועלכער איז אליינס נושא בעול מיט זיין אייגן ביהמ"ד אבער גייט ארויס פון זיין וועג צו מחזק זיין בדקי המוסדות הק'. דער רבי שליט"א האט אויסגעפירט אז היימישע עולם אין לעיקוואוד האט זיך טאקע אוועגעצויגן ממולדתם ובית אבותם, אבער האבן אויפגעשטעלט די קהלה און מוסדות הק' אויפן זעלבן אלטן שטייגער, זיך פירנדיג פונקט ווי הרה''ק מסאטמאר זי"ע האט אונז געלערנט, פארזיכערנדיג א המשך צום אלטן אויסגעטרעטענעם וועג.
דאן האט דער רבי שליט"אנאויפגענומען א גרעסערן צאל נדיבי עם פריוואט וועלכע האבן אלע ביישטייערט שיינע סכומים שרייבנדיג שטרי שותפות מיטן רבי'ן שליט"א להחזקת המוסדות הק', און דער רבי האט זיי אלע אנגעוואונטשן בטללי ברכות.
צום שלוס האט דער בעל אכסניא דער רב שליט"א איינגעלאדנט דעם רבי'ן שליט"א צו אריבערקומען באזוכן דעם בנין הגדול והחדש פונעם ביהמ"ד שערי איש, וואס ווערט אצינד פארענדיגט בתכלית הפאר והיופי, דער רבי שליט"א איז אריבער, און אויסגעדרוקט התפעלות פון דעם הערליכן מקום קדוש, און אנגעוואונטשן דעם רב שליט"א צו קענען ווייטער שטיין על המשמר און מרביץ זיין תורה והוראה לאורך ימים ושנים.
Comments