top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מסקולען ביי שלש סעודות בצל דודו האד' מסקולען לעיקוואד וויילנדיג שבת אין די גלילות פון לעיקוואד

  • Bechatzros admin
  • 13 ביולי 2025
  • זמן קריאה 1 דקות

זונטאג פ' פנחס • י"ז תמוז תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN

כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א וועלכער האט געוויילט שבת אין דזשעקסאן ניו דזשערזי אויף אפרוה, איז נעכטן מוצאי שבת הארט נאכן זמן אנגעקומען צום סקולענער ביהמ"ד אין לעיקוואד וואו דער רבי האט מיטגעהאלטן שלש סעודות בצילו פונעם פעטער כ"ק אדמו"ר מסקולען לעיקוואד שליט"א.


די רבי שליט"א איז אנגעקומען בשעתן תורה, די פעטער די סקולענער רבי פון לעיקוואד האט געזעצט דעם רבי'ן נעבן זיך, און נאך שלש סעודות האט די רבי געדאווענט מעריב פארן עמוד זייענדיג אין יאהר. נאך מעריב האט די סקולענער רבי פון לעיקוואד געמאכט הבדלה און דערביי מכבד געווען דעם רבי'ן מיט הגבהת הכוס, נאך הבדלה האבן די זיך אדמורי"ם שליט"א געזעגענט ברוב ברכות.


תגובות


bottom of page