top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

קרית יואל: האד' מסקולען באזוכט במעון קדשו פון האד' מסאטמאר

  • Bechatzros admin
  • 15 ביולי
  • זמן קריאה 1 דקות

עודכן: 15 ביולי

דינסטאג פ' פנחס • י"ט תמוז תשפ"ה | בחצרות הקודש

ree

פארגאנגענעם וואך בעת די זמני כניסה ביי כ''ק האדמו''ר מסאטמאר שליט''א בביתו נאווה קודש אין קרית יואל איז אנגעקומען אויף א באזוך כ''ק האדמו"ר מסקולען שליט"א וואס האט ווי באריכטעט פארלאפענעם וואך באזוכט אין דער שטאט קרית יואל וואו דער רבי האט אפגעראכטן א סעודת ראש חודש בקרב חסידיו ומעריציו, די רבי'ס האבן ארומגעשמועסט בנועם שיח איבער הגה"צ רבי מאיר גרינוואלד זצ"ל - אב"ד טעטש, דער שווער פונעם פריעדיגן סקולענער רבי'ן בעל ישועת יעקב, און איבער די תקופה וואס הגה"ק בעל קדושת יו"ט זי"ע האט משמש געוועהן ברבנות אין דער שטאט טעטש, דער סאטמארער רבי האט מכבד געווען דעם רבי'ן מיט לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו למען יאריל ימים על ממלכתו הוא ובניו בקרב ישראל, און ארויסבאגלייט ביותרת הכבוד.

ree
ree
ree
ree
ree

תגובות


bottom of page