top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

במוצאי מנוחה: היסטארישע מאמענטן בחצה"ק סאטמאר ביים התחדשות פון נייעם גיגאנטישן ביהמ"ד הגדול - בית מדרשו של רבי

  • תמונת הסופר/ת: בחצרות הקודש
    בחצרות הקודש
  • 14 בספט׳
  • זמן קריאה 4 דקות

עודכן: 14 בספט׳

זונטאג פ' נצבים • כ''א אלול תשפ"ה | בחצרות הקודש

ree

מיט א חרדת קודש ושמחה עילאה האבן מקהלות אלפי תלמידי וחסידי סאטמאר געפייערט די היסטארישע געשעעניש בתולדות החסידות, די לאנג ערווארטעטע מאמענט, ווען מ'האט אין א מזל'דיגע שעה זוכה געווען צו מחנך זיין דעם בית גדול וקדוש, דעם הייליגן תל תלפיות פון סאטמאר שוין העכער א יובל שנים, וועלכע איז געווארן נתרחב נתגדל ונתרומם, מיט א מלכות׳דיגן פראכט לכבוד ולתפארת.


דער בית גדול - בית מדרשו של רבי, וואס אירע כותלי הבית האבן נאך איינגעזאפט אין זיך די הייליגע תפילות פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע, און שוין העכער א יובל שנים גייט פון דארט ארויס דער דבר ה' בעוז וברמה, וואו הרה"ק בעל ברך משה מסאטמאר זי"ע האט אין דעם מקום קדוש געפירט די הייליגע עדה פאר כ"ו שנים כולם שוים לטובה, און באותו מקום האט זיך ווייטער געצויגן די גאלדענע המשכה מרועה אל רועה, ביי יבדלחט"א כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א וואס פראוועט ווייטער די עבודת הקודש בין כותלי הבית הגדול והקדוש, וממנו יתד וממנו פינה פאר חסידי סאטמאר בכל קצוי תבל.


נאך לאנגע יאהרן וואס דער ביהמ״ד הגדול איז אויסגעוואקסן פון יעדער הינזיכט, והעולה על כולנה אין די חגים ומועדים לששון, איז מען אין די לעצטערע חדשים אריינגעשפרינגען אין א פראיעקט אהערצושטעלן דאס ביהמ"ד הגדול לויט די יעצטיגע מעגליכקייטן און שאפן א ריזן הרווחה און הרחבה לטובת הציבור, און נאך דמים תרתי משמע און זיך פארטיפן אין אלע אפציעס איז די הנהלת הקהילה אריין אין א פראיעקט גענצליך איבערצובויען דעם גאנצן היכל הגדול מיטן הויכפונקט פון ארויפציען גאר באדייטנד דעם גאנצן היכל צו די מאקסימום הויכקייט, און דערמיט ארייננעמען א ריי גאר ווייטגרייכנדע פארדינסטן און אויפטון להגדיל הביהמ"ד ולהאדירה ולרומם קרן הקהילה.


ראשית כל איז ארונטערגענומען געווארן די אור-אלטע גאלעריען, און די ווייבער שול עזרת נשים איז געווארן ארויפגעצויגן מיט העכער א גאנצער שטאק, וואס צום ערשט ווערט אויפגעהויבן א ברייטער הרחבה׳דיגער פלאץ פאר די שולחנות הטהורות, שמחות ומאורעות בחצר הקודש, און השנית מיטן קענען אויפבויען די גאלעריען פונדאסני מיט העכער א גאנצער שטאק ארויף, אויף גאר א ברייטערן און באקוועמערן פארנעם, וואס ווערט טאקע צוגעגערייט שוין צו דעם ירח האיתנים.


און צוגאב איז א דאנק דעם נייעם געבוי איינגעפעדימט געווארן פינעף נייע חדרי התפילה פאר די ימות השבוע, סה"כ אכט שטיבלעך צום דאווענען אינעם שטאק פון ביהמ"ד הגדול, אזוי אויך קומט צו א פרישע עררייכונג מיטן אהערשטעלן נאך צוויי פראכטפולע מלכותדיגע היכלי התורה אויף ביידע זייטן פונעם ביהמ"ד, ווי דער קול תורה אדיר וחזק וועט אי"ה זיין א פראכט פאר די קהילה הקדושה.


דורכאויס א גאנצע נאכט במוצאי מנוחה האבן די עסקנים געארבעט אויסצוליידיגען פונעם גאנצן שטח הביהמ"ד און ארום די אלע קאנסטראקציע עקוויפמענט. באסעס האבן זיך געשלעגנט פון אלע געגענטער ברחבי ניו יארק און ניו דזשערזי מיט רבבות חסידי סאטמאר וואס האבן באשמורת הבוקר איבערגעפילט דעם היכל הגדול מלא על כל גדותיו.


די עסקנים זענען געצווינגען געווארן ארויסצונעמען רוב צוזאמלייג בענק איבערלאזנדיג דעם חלל הביהמ"ד מיט די מערסטע פלאץ וואס איז שייך צו אקאמאדירן דעם ציבור לאלפים וואס איז געשטאנען עומדים צפופים לענגאויס די גאנצע היכל מקצה אל קצה.


צוליב די ריזן ציבור העכער אלע ערווארטונגען, האט די מעכטיגער פראפעזארישער עירקאנדישן סיסטעם וואס מ'האט אהערגעשטעלט אויפן דאך - ווייט נישט געדינט פאר אזא מאסן צונויפפרעסונג, און די עסקנים וועלן זיין געצווינגען צו פארדאפלען די טאנען עירקאנדישען אויף די ימים הנוראים.


בשעה 5:30 באשמורת הבוקר איז כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א ערשינען במלוא הדרו אינעם היכל החדש, מעוטף מיטן טלית פון דודו הרה"ק מסאטמאר זי"ע, די רבי איז ארויף אויפן ארון קודש און נאך א תפילה חרישית משמיע געוועהן דברים חוצבים מלהבות אש, די רבי שליט"א האט אנגעהויבן זיינע דיבורים בקול חינוק מדמעות מיט'ן אפגעבן א שבח והודאה צום אויבערשטן שהחיינו וקיימינו נאכאמאל צו מחנך זיין בית מדרשו של רבי, וואס אל מקומו שואף זורח. 


דער רבי שליט''א האט דאן מעורר געוועהן בענינ קדושת הבית, זאגנדיג אז איידער מען טרעט אריין אין ביהמ"ד דארף מען זעהן אז די שטובער זאלן זיין הייליג און אפגעהיטן.


דערביי האט די רבי מיט א קול בכי מעורר געוועהן בדברים הצריכים חיזוק, במיוחד איבער די לאנגע פריצות'דיגע שייטלען, וואו דער רבי האט נאכגעזאגט פונעם הייליגן סאטמערער רב זי"ע אז איינער וואס גייט פריצותדיג קען נישט זיין א חלק פון די קהילה קדושה, די רבי שליט"א האט זיך גאר שארף אויסגעדרוקט "איך בין נישט מוחל דער וואס איז עובר אויף די הייליגע ענינים" כלשון קדשו.


בקול חוצב האט די רבי שליט"א אויפגעשטרועמט דעם ריזן ציבור זיך מתבונן צו זיין בשל מי הרעה הזאת, די שווערע טארעגעדיע'ס די לעצטע יאהר צייט און די לעצטע חודש במיוחד, און אויפגעפאדערט אז יעדער ראש המשפחה זאל אין די הייליגע טעג מאכן א חשבון הנפש און זיך מקבל זיין קבלות טובות מוסיף צו זיין גדרים וסיגים בעניני קדושת הבית און צניעות נשים. די רבי שליט"א האט אויסגעפירט מיט ווארעמע הייליגע ברכות שיתקבלו תפלתינו לרחמים ולרצון און א שנת גאולה וישועה בהתגלות כבוד שמים עלינו.


א חרדת קודש האט ארומגענימען דעם אויסגעווייקטן היכל וואס איז אנגעזאפט מיט אזויפיל דמעות תפילות און דרשות, מיט דעם ערשטן תפילה אינעם היכל הגדול והחדש, די סליחות ראשונות וואס האט אפגעהילכט מיט א שאגת ארי און אינערליכע רושיגע געפילן פון אזויפיל טוינזטער אידן. דער רבי שליט"א האט יורד געווען לפני התיבה צו סליחות, מיט א שטארקע התעוררות וואס האט זיך געהערט אינעם גאנצן היכל מיט אלע אירע פליגלען און אפטיילונגען ווערנדיג נתקדש בקדושה עליונה דורך די פילע טויזנטער מעוררי רחמים אינעם שעת רחמים ורצון.


נאך סליחות וואס האט זיך פארצויגן א גאנצע שעה איז די רבי אריין אינעם דירה נעבן ביהמ"ד הגדול און דארט געזעגענט די געסט מחוץ לעיר ביז תפילת שחרית, בשעת דער ציבור האלפים צעשפרייט זיך מיט לעכטיגע געפילן מיטלעבנדיג דעם היסטארישע געשעעניש בקורות חצר הקודש סאטמאר.


ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree

תגובות


bottom of page