top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מקח געשלאסן אויף צוויי בנינים אלס אכסניא של תורה פאר ישיבה גדולה ומתיבתא ד'סאטמאר - לאנדאן

מיטוואך פ' חוקת • ד' תמוז תשפ"ד | בחצרות הקודש

 

מיט גרויס התרגשות האבן תלמידי וחסידי סאטמאר אין שטאט לאנדאן אויפגענומען דער בשורה טובה ומשמחת אז די הנהלת "ישיבה ומתיבתא החדש תורה ויראה ד'סאטמאר", האבן מיט גרויס סייעתא דשמיא געשלאסן מקח אויף צוויי גרויסע בנינים ווי די ישיבה וועט פלאצירט ווערן ביי די פתיחת שערי הישיבה דעם קומענדיגען חודש אלול.


נאך לענגערע זוכענישן נאך א פאסיגע אכסניא של תורה איז בסייעתא דשמיא אונטערגעקומען פרישע צוויי בנינים וועלכע זענען הערליך צוגעפאסט פאר אלע געברויכן פון א ישיבה און וועט אויסשטאפירט ווערן מיט אלע הצתרכות'ער פארן קומענדיגן זמן.


אין די טעג ארום דעם יו"ט שבועות ווען הרבני הנגיד ר' אליעזר לעוו הי"ו יושב ראש הנהלת הישיבה, איז געווען צוגאסט אין קרית יואל איז ער אריין אנפרעגן ביי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א איבער דעם בנין וואס איז אונטערגעקומען, און געוויזן פארן רבין די פלענער פארן בנין, נאכן באקומען די קלארע ברכת הקודש צו פאראויסגיין מיטן מקח איז דעם דינסטאג געשלאסן געווארן דער מקח אין א מזל'דיגע שעה אויף די צוויי בנינים וועלכע געפינט זיך אויף די מענאר ראוד גאס אין שטאט.


לרגל דעם פרייעדיגן מאמענט איז נעכטן דינסטאג אין די נאכמיטאג שעהן פארגעקומען א מסיבת לחיים אין שטוב פון הרה"ח ר' אליעזר לעיוו הי"ו. די לחיים איז געווען אין שפיץ פונעם חשובן גאסט הגה"צ אבד"ק ור"מ סאטמאר וויליאמסבורג שליט"א, וועלכע האט זיך געפינען און שטאט לרגל די חתונה פון א תלמיד, ווי אויך האבן זיך משתתף געווען הגה"צ רבי משה מנחם ווייס אבד"ק סאטמאר לאנדאן ריש המתיבתא, די דייני הקהילה, דער ראש ישיבה הרה"ג ר' אברהם שלמה פאדווא שליט"א, און אלע חברי הנהלת הישיבה.


בורא עולם בקנין השלם זה הבנין



Comments


bottom of page