top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

השתדלו והרבו תחינה: האד' מוויזניץ לאנדאן אריינגעפירט אין איילעניש אין שפיטאל

  • Bechatzros admin
  • 21 בפבר׳
  • זמן קריאה 1 דקות

עודכן: 27 בפבר׳

פרייטאג פ' משפטים • כ"ג שבט תשפ"ה | בחצרות הקודש

ree

היינט ערב שבת אינדערפרי איז כ"ק אדמו"ר מוויזניץ לאנדאן שליט"א אריינגעפירט געווארן אין איילעניש אין שפיטאל נאך א פארערגערונג אין זיין מצב הבריאות.


דער רבי שליט"א וועלכער איז ווי באקאנט אריבער א שווערע מחלה מיט דריי יאר צוריק, איז ליידער זינט דאן נאכנישט אינגאנצן צוריקגעקומען צו די כוחות, אין די לעצטערע טעג נאכן אהיימקומען פון א נסיעה אין אמעריקא איז דער רבי געוועהן זייער אפגעשוואכט, היינט אינדערפרי איז דער רבי אומגעפאלן אין שטוב, די הצלה האבן אונטערזוכט דעם רבי'ן שליט"א און צוליב זיין הויכע פיבער און זיין האקאלע מצב הבריאות האט מען באלד אריינגעפירט דעם רבי'ן צום לאנדאן קליניק שפיטאל פאר אונטערזוכונגען, און ווי די דאקטוירים זאגן איז פארהאן א מעגליכקייט אז דער רבי וועט מוזן פארוויילן אין שפיטאל איבער שבת.


כלל ישראל ווערט געבעטן צו מתפלל זיין און איינרייסן רחמי שמים לרפואת מרן דוד בן סימא מירל, והן קל כביר לא ימאס תפילת הרבים.

תגובות


bottom of page