עקסטאזליכע חגיגת הנחת אבן הפינה פארן בנין האדיר והמפואר תלמוד תורה דחסידי בעלזא אין שטאט מאנסי
- לפני 4 שעות
- זמן קריאה 3 דקות
מיטוואך פ' נצבים וילך • כ' אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: יוסי גאלדבערגער, שלום שווארץ, JDN
מיט אן אומבאשרייבליכע אטמאספערע פון שמחה און עקסטאז איז פארלאפענעם מאנטאג געפייערט געווארן דער מעמד הנחת אבן הפינה פארן נייעם בנין האדיר והמפואר תלמוד תורה דחסידי בעלזא אין שטאט מאנסי, במקהלות הונדערטער חסידי בעלזא פון אמעריקא, בראשות דער אורח הדגול הרה"ג ר' שלום רוקח שליט"א נכדו הגדול פון כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א וואס איז געקומען צופארן בשליחות הקודש צו באשיינען דעם גרויסן מעמד.
דער מעמד איז געקומען אלס א המשך צום באשיידענעם מעמד הנחת אבן הפינה וואס איז פארגעקומען ביי כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א ביים גרויסן שבת "בהיכלא דמלכא" אין אלטשטאט ירושלים פארלאפענעם חודש אייר, וואו דער רב האט געגאסן דעם אבן היסוד, מיט וואס הרב שלום איז געקומען צופארן קיין אמעריקא כדי צו גיסן אט די שטיין אויפן שטח הבני' פון די נייע תלמוד תורה געבייע.
דער מנהיג העדה כ"ק מרן אדמו"ר מבעלזא שליט"א האט קובע געווען דעם טאג פאר א יומא דפגרא און געהייסן אויסלאזן תחנון אין אלע שטיבלעך אין מוסדת דחסידי בעלזא אין מאנסי לויט די הוראה פון הרה"ק מבעלזא זי"ע ביים הנחת אבן הפינה פון די די ערשטע בעלזא ישיבה און ארה"ק.
אין די נאכמיטאג שעה'ן האבן זיך הונדערטער חסידים און נדיבי עם פארזאמלט אויפן שטח הבניה, וועלכער איז ספעציעל צוגעגרייט געווארן מיט גרויס פראכט לכבוד דעם גרויסן מאורע. פארן מעמד האט מען געדאוונט א ווארימע תפילת מנחה תחת כיפת השמים אויפן שטח הבניה, און דערנאך האט זיך אנגעהויבן דעם געהויבענעם מעמד.
אלס יושב ראש האט געדינט הרה"ג ר' אברהם ישי פארגעס הי"ו, וועלכער האט מיט זיין רייכן שפראך אנגעפירט דעם מעמד בנועם שפתיו, נאך זיינע דברי פתיחה האט מען אנגעהויבן די סדר המעמד מיט די באשטימטער מזמורי תהלים וואס די מנהיג העדה כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א האט געהייסן זאגן בשעת'ן מעמד און מען האט מוסיף געווען צוויי קאפיטלעך לחיזוק כוחותיו ולרפואת דעם ראש בית אב, דער רב שליט"א.
דערנאך האט הגה"צ אבד"ק נאסויד שליט"א פארגעליינט מיט גרויס התרגשות דעם מכתב קודש וואס איז ספעציעל געשיקט געווארן דורך כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א לכבוד דעם מאורע.
אלס נואם הכבוד האט אויפגעטרעטן הגה"צ רבי פנחס חיים גרינוואלד שליט"א אבד"ק פאפא מאנסי, בן כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א, וועלכער האט משמיע געווען א פייערדיגע און באגייסטערנדע דרשה ארויסברענגענדיג די גרויסע חשיבות פון בויען א בית נאמן לה' ולתורתו און בשבח פון ק"ק בעלזא איבער די גאנצע וועלט און בפרט און די שטאט מאנסי.
דערנאך האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' אשר גראסמאן הי"ו, וועלכער האט אדרעסירט דעם מעמד אויף די ענגלישע שפראך און אויסגעדרוקט טיפע רגשי הערכה והכרת הטוב פאר די פאליטיקאנטן און שטאטישע באאמטע וועלכע האבן ארויסגעהאלפן מיט די די נויטיגע פערמיטן און באשטעטיגונגען.
דער הויכפונקט פונעם מעמד איז געווען ווען דער חשובער אורח הרה"ג רבי שלום שליט"א האט משמיע געווען דעם צענטראלן דרשה, ארומרעדנדיג איבער די פרייליכע מאמענט פון הרחבת גבולי הקדושה און איבערגעגעבן די ברכת הקודש פון זיין גרויסן זיידן דער רב שליט"א פאר אלע בונים ומייסדים און די גאנצע עדה הקדושה.
תיכף נאכן דרשה איז דער געהויבענער גאסט צוגעגאנגען צו גיסן די אבן הפינה פונעם גרויסן זיידן דער רב שליט"א אויפן פונדאמענט, ווען דער גאנצר ציבור לאזט זיך ארויס אין פייערליכע טענץ ווען די געהויבענע שמחה שפירט זיך אין די לופטן, דערנאך זענען די משתתפים און נדיבים אדורך זיך געזעגענען, נאכן געהויבענעם מעמד, וואו מען האט אוועקגעשטעלט דעם יסוד איתן פארן נייעם מבצר התורה והחינוך וואס וועט בעז"ה זיין א מקום תורה, עבודה ויראת שמים פאר די דורות הבאים.
דער מעמד איז באשיינט געווארן דורך א פילע אדמורי"ם ורבנים ראשי ישיבות ופני העדה צווישן זיי: כ"ק אדמו"ר מסקולען מאנסי שליט"א, כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא מאנסי שליט"א, כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא ספרינג וואלי שליט"א, כ"ק אדמו"ר מסטאניסלאוו שליט"א, כ"ק אדמו"ר מבארניב שליט"א, כ"ק אדמו"ר מפארשעי שליט"א, הרבנים הגאונים הצדיקים אב"ד ראחמיסטריווקא מאנסי שליט"א, אב"ד סאטמאר מאנסי שליט"א, אב"ד תולדות אהרן מאנסי שליט"א, הגה"צ רבי חיים דוד וואקסמאן שליט"א דומ"ץ באבוב מאנסי חתן כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א, אב"ד באבוב-45 מאנסי שליט"א, אב"ד באר משה פרעמישלאן שליט"א, אב"ד אברכים מאנסי שליט"א און נאך פילע רבנים פון שטאט.





























































תגובות