top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הויפנס פון חיזוק פאר תושבי קרית צאנז טבריה ביי געהויבענעם באזוך פון האד' מצאנז

זונטאג פ' כי תבוא • י"ב אלול תשפ"ד | בחצרות הקודש‎

בילדער קרעדיט: משה גולדשטיין

 

פארלאפענעם וואך האבן די הונדערטער צאנזער חסידים תושבי קרית צאנז בעיה"ק טבריה געהאט די זכיה צו מקבל זיין פני קדשו פון כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א וועלכע איז ערשינען אויף א געהויבענעם באזוך, צו באשיינען די מעמד חנוכת הבית און קביעת מזוזה פאר די נייע בנין התלמוד תורה דחסידי צאנז, און אויפנעמען די ארטיגע חסידים מיט קוויטלעך לקראת די ימי הרחמים והרצון. ביים אנקומען איז דער רבי אריין אויף א באזוך אינעם היכל הכולל וואו די רבי האט זיך ארומגעדרייט בין ספסלי דבי מדרשא אינאיינעם מיט בנו הגה''צ רבי אברהם הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז טבריה, שפענדיג גרויס קורת רוח. דערנאך האט די רבי געדינט אלס סנדק ביי א ברית פון אן אייניקל ביי נאמן ביתו הרבני החסיד ר' בנציון רייך שליט"א. פון דארט איז די רבי אריבער צו די נארוואס באנייעטע בנייני התלמוד תורה וואו די רבי האט קובע געוועהן א מזוזה ביים הויפט אריינגאנג און דערנאך שפאצירט צווישן די כיתות און געשמועסט מיט די מנהלים און מחנכים אינעם תלמוד תורה.


עס האט נאכגעפאלגט א מעמד לחיים און קבלת פנים דורך אלע ילדי התלמוד תורה, ביי וועלכן די רבי האט משמיע געוועהן דברות קודש און פארטיילט מיני מתיקה פאר די תינוקת של בית רבן. נאך א קורצן אפרוה האט די די אנגעהויבן קבלת קהל וואס האט זיך פארצויגן עטליכע שעה נאכאנאנד. באנאכט איז געפייערט געווארן די מעמד חנוכת הבית און קביעת מזוזה פאר די נייע בניני התלמוד תורה דחסידי צאנז, וואו מען האט געהאט די זכיה צו הערן דברי אלוקים חיים דורכן רבי'ן שליט"א און די רבי האט דערנאך פארטיילט תעודות פארן ראש העיר און די עסקנים, עושים ומעשים.


שפעט באנאכט כחצות הלילה איז דער רבי אנגעקומען אויף תפילת מעריב ביים ציון הק' פון התנא רבי מאיר בעל הנס אין טבריה וואו די רבי האט מתפלל געוועהן לישועת הכלל והפרט און אויסגעבעטן א שנת גאולה וישועה לנו ולכל ישראל.










































Komentāri


bottom of page