top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

זכר צדיק לברכה • חסידי סקולען רעכטן אפ יומא דהילולא פון הרה"ק מסקולען זי"ע בצל בניו האדמור"ים שליט"א‎

דינסטאג פ' תזריע • א' ניסן תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: ארי פריינד, אבי סורקיס


פארגאנגאנעם דאנערשטאג פרשת שמיני כ"ה לחודש אדר ב' איז אויסגעפאלן די פינפ'טער יארצייט פונעם עמוד צלותהון דישרא"ל, כ"ק אדמו"ר הרה"ק בעל 'מאור ישראל' מסקולען זצוק"ל וואס האט באלאכטן די וועלט מיט זיין קדושה צדקות ופרישות.


מיטוואך אווענט איז מען זיך צוזאמגעקומען צום סעודת הילולא אין שפיץ פון בנו הגדול וממלא מקומו בקודש כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א אינאיינעם מיט די ברודער האדמור"ים שליט"א לבית סקולען פון וויליאמסבורג, מאנסי, און לעיקוואד.


די סעודת הילולא איז פארגעקומען אין די זאלן פון בית אסתר אין בארא פארק, די זאל איז שוין געווען איבערגעפילט מקצה אל הקצה ווען דער רבי שליט"א איז ערשינען צו תפילת מעריב נאך צעהן אזייגער, און איז צוגעגאנגען צום עמוד לכבוד די גרויסער הילולא.


תיכף דערנאך האט זיך אנגעהויבן די סעודת הילולא ווען כ"ק מרנן האדמורי"ם שליט"א אינאיינעם מיט די חתני המלך, הגה"צ אבד"ק וויטקא שליט"א און הרה"צ רבי דוד לייב קלוגהאפט שליט"א מסטרעליסק האבן זיך געוואשן צום סעודת מצוה. דער רבי שליט"א האט געמאכט דעם סיום הש"ס און אלע ברודער האדמורי"ם שליט"א האבן געזאגט דעם קדיש דרבנן.


דערנאך האט דער רבי שליט"א געוואונטשן לחיים מיט קורצע דברי תורה לכבוד די הילולא און ספעציעל ארויסגעברענגט די מסירת נפש פון טאטן זצ"ל דורכאויס די אלע יארן. דערנאך האט כ"ק אדמו"ר מסקולען מאנסי שליט"א ממשיך געווען מיט קורצע דברי תורה ארויסברענגענדיג דעם גרויסקייט פון די הילולא פון א צדיק. אלס נואם הכבוד האט אויפגעטראטן הגה"צ רבי אברהם חיים שטיינווארצל אבד"ק מטה אפרים מיט דברי זיכרון און גאר שיינע עובדות וסיפורים פונעם סקולענער רבי'ן זצוק"ל.


דער רבי שליט"א האט מכבד געווען אחיו כ"ק אדמו"ר מסקולען וויליאמסבורג שליט"א פארצוזינגען דעם ניגון 'נכספה' וואס איז צוגעגאנגען אין אלע איברים. דערנאך כ"ק אדמו"ר מסקולען לעיקוואד שליט"א פארצוזינגען 'וערבה' מיט די ווארעמע סקולענ'ע תנועה.


עס איז שוין געווען קרוב צו חצות הלילה ווען מען האט געבענטשט ברכת המזון. ביי חצות הלילה זענען האדמורי"ם מסקולען פון וויליאמסבורג און לעיקוואד שליט"א ארויף צום ציון הקדוש אין מאנסי.


דער סקולענער רבי שליט"א מיט כ"ק אדמו"ר מסוקלען מאנסי שליט"א זענען אינאיינעם ארויף צום ציון הק' צומארגנס אין די נאכמיטאג שעות להפקד בדבר ישועה ורחמים.


דאנערשטאג נאכמיטאג – בעצם יומא דהילולא האבן די ברודער האדמורי"ם מסקולען אפגעראכטן שלחנם הטהור במקומות מושבותיהם. כ"ק האדמו"ר מסקולען וויליאמסבורג שליט"א האט געפירט שלחנו הטהור בבית מדרשו אין וויליאמסבורג. אזוי אויך דער סקולענער רבי פון מאנסי האט געפירט א יארצייט סעודה בבית מדרשו במעמד פון א גרויסן ציבור, אויך אין לעיקוואד איז מען זיך צוזאמגעקומען צו א סעודת הילולא אין שפיץ פון בנו האדמו"ר מסקולען לעיקוואד שליט"א.


זכר צדיק לברכה.







































ס

Comments


bottom of page