מאנטאג פ' ויחי • ו' טבת תשפ"ה | בחצרות הקודש
נעכטן אויפדערנאכט האט כ"ק אדמו"ר מסקולען ירושלים שליט"א אפגעשטאט א ביקור חולים באזוך ביי מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א אין נתניה. די רבי'ס האבן ארומגעשמועסט מעניני רפואה און איבער די קשר אמיץ צווישון צדיקי בית וויזניץ און סקולען לדורותיהם. נאכן טרינקען לחיים האט דער וויזניצער רבי מכבד געוועהן דער סקולענער רבי צו זינגען א ניגון, וואו דער רבי האט אנגעהויבן דעם ווארימען סקולענער ניגון 'כי עמך מקור חיים', מיטן אויספיר 'משוך חסדך ליודעיך' זייענדיג דערביי מעורר א רפואה פארן וויזניצער רבי'ן שליט"א למען יאריך ימיו ושנותיו בטוב ובנעימים.
אין אנדערע נייעס איז כ"ק אדמו"ר מסקולען ירושלים שליט"א ערווארטעט אויף א קורצע באזוך די וואך אין ניו יארק לכבוד די חתונה בבית מקורבו הרה"ח ר' יחיאל מיסקי הי"ו. דער רבי שליט"א וועט אנקומען קיין אמעריקא מיטוואך צופרי און וועט אויף שבת זיין צוריק אין עיה"ק ירושלים.
Comments