top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

עורו נא: האד' מראחמיסטריווקא ווידער אין שפיטאל מיט קאמפליקאציעס

פרייטאג פ' עקב • י"ט אב תשפ"ד | בחצרות הקודש‎

 

היינט אינדערפרי איז כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א ווידער אריינגענימען געווארן אין שפיטאל צוליב קאמפליקאציע'ס - בלויז איין טאג נאכן אהיימקומען פון שפיטאל נאכן אפעראציע וואס די רבי שליט"א איז אדורך אויפן קאפ דעם דינסטאג. דער רבי שליט"א האט די נאכט געליטן פון הויכע פיבער און אויפן ראט פון די דאקטוירים איז מען באלד אריינגכפארן צו די הדסה שפיטאל, וואו דער רבי ווערט באהאנדעלט מיט שטארקע אנטיביאטיק אויס מורא פון א אינפעקציע. לויט ווי עס הייסט איצט וועט דער רבי אהיימקומען אויף שבת זייענדיג אונטער די שטענידגע אויפזיכט דאקטער, און מוצאי שבת תיכף צוריקפארן אין שפיטאל אויף ווייטערדיגע באהאנדלונגען. כלל ישראל איז ווייטער מתפלל לרפואתו השלימה פון מרן דוד בן שרה גרינא לחיזוק כוחותיו בבריות גופא ונהורא מעליא.


Comments


bottom of page