מאנטאג פ' קרח • כ"ה סיון תשפ"ד | בחצרות הקודש
כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א וואס איז אנגעקומען קיין אנטווערפען בעלגיע אויף א קורצע באזוך לצרכי רפואה איז היינט נאכט אנגעקומען אויף א ביקור נימוסין ביי מחותנו כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א, די רבי'ס האבן זיך געוואונטשן מזל טוב לרגל די בעפארשטייענדע חתונה פון בשותפות'דיגע אייניקלעך וואס קומט פאר דעם קומענדיגן חודש אב אין ארץ ישראל. נאך א שיינעם שמועס בדברי תורה וסיפורי צדיקים האט דער פשעווארסקער רבי מכבד געוועהן דעם גאסט מיט לחיים און דערנאך ארויסבאגלייט לרחובה של עיר.
Commenti