top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ספר תורה שרוי בצער: האד' מתולדות אברהם יצחק שפיטאליזירט אין ערנסטע געזונט צושטאנד

  • sfbechatzros
  • לפני 9 שעות
  • זמן קריאה 1 דקות

דאנערשטאג פ' לך לך • ח' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש

ree

העתירו אל ה': חסידי תולדות אברהם יצחק פאלגן נאך מיט זארג די מצב הבריאות ביי כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א וואס געפונט זיך ליידער אין א גאר ערנסטע געזונט צושטאנד און איז זקוק לרחמי שמים מרובים.


לויט ווי די דאקטוירים געבן איבער, ליידט דער רבי פון אן אינפעקציע וועלכע האט זיך טיילווייז פארשפרייט אינעם גוף און די דאקטוירים האבן דערווייל נאכנישט געטראפן א מהלך ווי אזוי דאס אויסצוהיילן. דורכאויס די לעצטע צוויי טעג האט מען געלאזט רופן די סאמע גרעסטע פראפעסארן איבערן לאנד צו אונטערזוכן דעם רבי'ן אבער ליידער איז נאך אלס נישט דא קיין אויסוועג. לעת עתה וועט דער רבי פארבלייבן אין שפיטאל איבער שבת ביז דער מצב וועט זיך סטאביליזירן.


אין אלע בתי מדרשים פון קהלות תולדות אברהם יצחק קומען פאר נאכנאנאדע מניני תהילים, ווי דער ציבור טוט אומאויפהערליך מתפלל זיין לרפואתו השלימה פונעם רבי'ן מרן שמואל יעקב בן יענטא לרפואה שלימה בתוך שאר חולי ישראל, שתתחדש כנשר נעריו בברכת גופא ונהורה מעליא.

bottom of page