top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הרה"צ רבי אהרן מרדכי רוקח מבעלזא באזוכט ביי האד' מצאנז קלויזנבורג אין בארא פארק

  • Bechatzros admin
  • 10 במרץ
  • זמן קריאה 1 דקות

עודכן: 10 במרץ

מאנטאג פ' כי תשא • י' אדר תשפ"ה | בחצרות הקודש

ree

נעכטן זונטאג שפעט באנאכט איז הרה"צ רבי אהרן מרדכי רוקח שליט"א מבעלזא אנגעקומען אויף א באזוך בביתו נאווה קודש פון כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזנבורג שליט"א אין בארא פארק, דער רבי שליט"א האט אויפגענומען דעם גאסט בכבוד והערצה און זיך נאכגעפרעגט בשלום אביו כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א, דער באזוך האט זיך פארצויגן קרוב צו א שעה צייט וואו עס איז ארומגעשמועסט געווארן מעניני דיומא חודש אדר און יום טוב פורים, און איבער פארשידענע מנהגי קודש לבית בעלזא און צאנז, ווי אויך האט דער רבי דערציילט עובדות און סיפורים וואס ער האט מקבל געוועהן פון מר אביו הרה"ק מצאנז קלויזנבורג זי"ע פון די צדיקים לבית בעלזא. ביים ענדע האט דער רבי מכבד געוועהן הרב אהרן מרדכי מיט לחיים און ארויסבאגלייט לרחובה של עיר.


ree
ree
ree
ree
ree

תגובות


bottom of page