תלמידי קאסא גראנדע אריזאנע האלטן אפ דערהויבענער באזוך ביי האד' מסאטמאר אין פאלם ספרינגס
- Bechatzros admin
- לפני שעה
- זמן קריאה 1 דקות
זונטאג פ' יתרו י"ד שבט | בחצרות הקודש

אין די יעצטיגער טעג האבן די ילדי החמד פון תלמוד תורה כנסת יהושע ד'קהל חסידים אין דעם נייעם ישוב אין קאסא גראנדע אריזאנע זוכה געווען צו באזוכן ביי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט''א אין פאלם ספרינגס קאליפארניע בעת דער רבי האט דארט געוויילט לצורך מנוחת הנפש.
די קינדער זענען אראפגעפארן א וועג פון פיר און א האלב שעה, פון קאסא גראנדע קיין פאלם ספרינגס קאליפארניע מיטצוהאלטן דעם ווארימען תפילת שחרית בצל הקודש.
פארן דאווענען האבן די ילדי החן שלום גענומען פון רבי'ן און נאכן דאווענען דער רבי האט אויסגעדריקט גרויס התפעלות פאר די רבני הישוב הגה"צ ר' מנשה רובין שליט"א אדמו"ר מדינוב, און הרה"ג ר' חיים שלמה בערגער שליט"א רב דקהל חסידים, , וועלכער האבן מיט א כח היחיד אויפגעשטעלט אזא ערליכע יישוב און מוסדות התורה אין א מדבר שממה.
דאן איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד אינאיינעם מיט די ילדי הת"ת, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און דער רבי האט געטרינקען לחיים און אנגעוואונטשן פאר די חשוב'ע רבנים, פאר די ילדי הת"ת, און פארן גאנצן ציבור, דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש און ארויסגעברענגט די חשיבות פון לערנען תורה אויף א פלאץ ווי עס זענען דא ווייניג אידן און ארומגערעדט בשבח פון די חסידישע ישוב אין קאסא גראנדא און די חשובע רבנים און מסיים געווען בברכת קדשו, דערנאך האט דער רבי פארטיילט שיריים פאר אלע קינדער.



























תגובות