זונטאג פ' נשא • ג' סיון תשפ"ד| בחצרות הקודש
א העכסט וויכטיגע זיצונג איז אפגעהאלטן געווארן פארלאפענעם ליל שישי במעון קדשו פונעם פוסק הדור הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט"א אין ירושלים, מיט די באטייליונג פון די ראשי הנהלת העדה החרדית פון אלע פראקציעס, הרב אפרים שטערן הי"ו און הרב שמעון ווייס הי"ו, וואו מען האט דיסקוסירט פארשידנארטיגע דעטאלן ארום דעם שווערן גזירת הגיוס וואס לויערט אין ארץ ישראל און איז יעצט עומד על הפרק ביים יהדות החרדית.
א לענגערע צייט האבן די ראשי הנהלת העדה דורכגעשמועסט מיטן פוסק הדור די פרטי פרטים בכובד ראש, כדת מה לעשות אין די שווערע סיטואציע, און נאכן דוכטוהן אלע צדדים האט דער גאון באשטימט צו פאררופן אן עצרת מחאה אדירה דורך די עדה החרדית תיכף נאך דעם יום טוב שבועות, ווי עס וועט ווערן אויסגעשריגן קבל עם ומלואו דעם ווייטאגליכן 'קול מחאה' קעגן דעם פרישן געזעץ פונעם חוק הגיוס, און קלארשטעלן מיט א הילכיגן קול ה' בכח בחוצות ירושלים אז מיר וועלן שטיין פעלזן פעסט ואין לנו חלק ונחלה עמהם.
ביי די אסיפה האט דער גאון משמיע געווען דעם דבר ה' ברמה מיט דברי השקפה און הדרכה, און ארויסגעברענגט מיט ווייטאג אז די שלטון הרשע פירט זיך מיט פארשידענע תחבולות אויסצופלאנירן די אלע גזירות על הדת, ואין פוצה פה ומצפצף איז דער חוב קדוש פונעם עדה החרדית אין אזא זמן צו לאזן הערן די קול מחאה בראש כל חוצות.
Comments