top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מראחמיסטריווקא וועט אריבערגיין קומענדיגן דינסטאג אפעראציע אויפ'ן קאפ

זונטאג פ' עקב • י"ד אב תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילד קרעדיט: שוקי לרר

 

כלל חסידי ראחמיסטריווקא איבער די גארער וועלט זענען איינגעהילט אין אן ערנסטן שטימונג, ווען עס איז געמאלדן געווארן מטעם בית כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א אז דער רבי שליט"א איז ערווארטעט דורכצוגיין אן אפעראציע קומענדיגן דינסטאג עקב.


דאס קומט נאכדעם וואס דער רבי ליידט די לעצטע תקופה אויף מיחושים אויפ'ן קאפ, און נאכדעם וואס די דאקטוירים האבן בודק געווען און דורכגעפירט אלע נויטיגע אונטערזוכונגען, האבן זיי באשטעטיגט אז דורכ'ן דורכפירן א ספעציעלע 'סינוס' פראצעדור אויפ'ן קאפ, וועט מען קענען דערגיין די אורזאך פון די שמערצן און דער רבי וועט בעז"ה קענען ווייטער אנגיין מיט די עבוה"ק בלי שום מיחוש וכאב.


חסידי ראחמיסטריווקא נעמען אויף די בשורה מיט ערנסטקייט, און גרייטן זיך דעם קומענדיגן דינסטאג מרבה צו זיין בתפלה ותחנונים פאר'ן רבי'נס געזונט, מרן דוד בן שרה גרינא עוד יניב בשיבה דשנים ורעננים.


נאכ'ן דורכגיין די אפעראציע אין שפיטאל אין תל אביב, וועט דער רבי אין די נאכפאלגנדע ערהוילונג טעג וויילן אויסער די שטאט, אין גבעת זאב אויף אפרו, ביז'ן צוריקקומען צו די כוחות, און זיך דאן אומקערן אהיים למעון קדשו אין ירושלים, אפצורעכטן די עבודת הקודש אין די הימים נוראים הבאים לקראתינו לשלום, בבריות גופא ונהורא מעליא.



Comments


bottom of page