כינוס לצדיקים במעון הקודש פון האד' מוויזניץ צום סיום החודשי פון ספר הזוהר הקדוש דורך מפעל "אתכנשו"
- לפני 7 דקות
- זמן קריאה 2 דקות
מיטוואך פ' תרומה • א' אדר | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: משה גאלדשטיין
א באשיידענעם מעמד הוד איז אפגעראכטן געווארן דעם מאנטאג ליל א' דראש חודש אדר במעון הקודש פון מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א אין מושב אורה, וועלכע איז פארוואנדלט געווארן אלס א בית וועד לחכמים ווען צום ארט זענען אנגעקומען כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א און כ"ק אדמו"ר מרחמסטריווקא שליט"א, צו א זעלטענעם כינוס לצדיקים לכבוד דעם סיום החודשי פונעם ספר הזוהר הקדוש דורך די פילע לומדים אין ראם פון די אלוועלטליכע חבורה "אתכנשו", וואס האט באוויזן צו אהערשטעלן דעם לימוד הזוהר שוה לכל נפש דורך א פראקטישן סדר, וואו יעדער לומד ענדיגט דעם גאנצן זוהר מדי חודש בחדשו אינאיינעם מיט זיין חבורה פון צענדליגער לומדים.
דער מעמד איז געווארן מיטגעהאלטן דורך א באגרעניצטע צאל באטייליגטע, צווישן זיי א גראפע וויזניצע אינגעלייט וועלכע האבן זוכה געווען בגורל צווישן די לומדי "אתכנשו וויזניץ".
דער מעמד איז געעפנט געווארן מיט דברי התעוררות דורך הגאון רבי שלמה בינעט שליט"א, מדייני בעלזא און אליינס א מיטגליד אין די חבורה, וועלכער האט ארויסגעברענגט די שיינע התפשטות פונעם לימוד איבער די גאנצע וועלט. נאך אים האט דער באקאנטער בעל מנגן הר"ר ישראל אדלער הי"ו פארגעזינגען פאסיגע חרוזים פיל מיט תוכן ארום די גרויסע כח פון לומדי הזוהר הקדוש צו פויעלן ישועות און רפואות, און בפרט האט ער מעורר געווען רחמים לזכותו פונעם בעל האכסניא דער וויזניצער רבי שליט"א לאורך ימים ושנים טובות.
א ספעציעלע מאמענט איז געווען ווען מען האט איבערגעגעבן אל מול פני הקודש פאר די אדמורי"ם שליט"א, דעם "קוויטל הכללי", וואו עס זענען געווען פארשריבן די נעמען פון אלע טויזנטער לומדי "אתכנשו" איבער די וועלט. די אדמורי"ם האבן מעיין געווען אין די נעמען און מאציל געווען ברכות קדשם פאר אלע לומדים זיי זאלן געהאלפן ווערן בכל משאלות לבם לטובה.
דערנאך האט כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א אפגעראכטן דעם סיום אויפן זוהר הקדוש, באגלייט מיט קורצע דברי חיזוק והתעוררות, תיכף דערויף האבן זיך די אנוועזנדע ארויסגעלאזט אין פייערליכע ריקודין בשמחת התורה און לכבוד התנא אלקי רבי שמעון בר יוחאי. נאך די ריקודין האט מען געהאט די זכיה צו הערן דברות וברכת הקודש פון האדמורי"ם מוויזניץ און תולדות אהרן וועלכע האבן ווארעם אנגעוונטשן אלע לומדים מיט שפע ברכות בזכות התנא האלוקי.
בשעת'ן מעמד האט דער יושב ראש ארגון 'אתכנשו' הרב בערל פריעד געצייגט אן היסטארישן ספר הזוהר פונעם הייליגן רבי רבי זושא זי"ע, מיטן חתימת יד קדשו פון הרה"ק בעל "תורת חיים" מקאסוב זי"ע, און די אדמורי"ם האבן דערין מעיין געווען מיט גרויס התרגשות.
דורכאויס דעם מעמד איז פראקלאמירט געווארן די נייע אינציאטיוו "כפליים לתושיה", מיט'ן ציל צו דאפלען די צאל לומדי הזוהר ביז דעם קומענדיגן ל"ג בעומר דורך א ספעציעלע פארגראם כדי נאך אידן זאלן קענען טועם זיין פונעם אור תורה הבהיר.






































































































