זונטאג פ' ראה • כ"א אב תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילדעיר קרעדיט: י. שטיין - JDN
כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א וואס וויילט אין קרית יואל איז דעם מיטוואך אריבערגעקומען אויף א באזוך צום מרא דאתרא כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בסיפורי צדיקים לבית צאנז און וויזניץ, און זכרונות פון הרה"ק בעל 'אמרי חיים' מוויז'ניץ זי"ע. דער סאטמארער רבי האט מכבד געווען דעם חשובן גאסט מיט לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו און עקסטער אנגעוואונטשן לרגל די שמחת החתונה פון א אייניקל וועלכע קומט פאר היינט נאכט, און דערנאך ארויסבאגלייט לרחובה של עיר.
דעם ערב שבת איז כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א צוריק געקומען אויף א ביקור גומלין בבית האכסניא פונעם רבי'ן שליט"א אין שטוב פון הנגיד ר' שמעי' רייך הי"ו אין קרית יואל. עס האט זיך פארצויגן א שיינעם שמועס במשנתו פונעם הייליגן חתם סופר זי"ע, וואס די וואודבערי דזשאנקשען געגענט איז נקראת על שמו הקדוש 'שכונת חתם סופר' און די רבי'ס האבן געשמועסט פון די הרחבת גבולי הקדושה בעיר קרית יואל, האדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א האט דערנאך מכבד געווען דעם רבי'ן שליט"א מיט לחיים און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
Comments