אויסטערלישע שוואכקייט באפאלן האד' מוויזניץ; אידישע קינדער גערופן צו מתפלל זיין לרפואתו השלימה
- לפני יומיים (2)
- זמן קריאה 1 דקות
דינסטאג פ' קרח • א' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש

וויזניצער חסידים זענען היינט ווידער פארבעטן געווארן צו מתפלל זיין לרפואתו השלימה פונעם מנהיג העדה הקדושה מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א לרפואה שלימה וואס איז ליידער שטארק אפגעשוואכט אין די יעצטיגע טעג.
דער רבי שליט"א האט זיך שוין נעכטן אנגעהויבן נישט גוט שפירן, מען האט געלאזט רופן א דאקטער צום רבינס אכסניא אין מושב אורה, און נאכן אונטערזוכן דעם רבי'ן האט ער באשטעטיגט אז דער רבי ליידט פון אן אלגעמיינע שוואכקייט.
ווי די מקורבים געבן איבער האט דער רבי שליט"א היינט געזאלט אריבערגיין א רוטינע באהאנדלונג אין די הדסה שפיטאל, און מען איז בלית ברירה געווען געצווינגען אפצושטופן די פראצעדור נאך וואס דער רבי שליט"א איז פשוט נישט געווען בכח צו פארן אין שפיטאל.
אידישע קינדער זענען ווייטער מעתיר ומפציר פארן רבינס געזונט, מרן ישראל בן לאה אסתר, מיטן האפענונג אז דער רבי וועט אין די נאנטע טעג קומען צו די כוחות, מתוך בריות גופא ונהורא מעליא.

