top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הגה"צ אבד"ק זענטא אפגעקויפט הנצחה בתוככי מוסדות סאטמאר ביי ענגע מסיבת לחיים בראשות אחיו האד' מסאטמאר

מיטוואך פ' ויקרא • י' אדר ב' תשפ"ד | בחצרות הקודש


אן אייגנארטיגע מסיבה איז פארגעקומען נעכטן דינסטאג בביתו פון הגה"צ אב"ד זענטא שליט"א אין וויליאמסבורג, מיט די באטייליגונג פון א געקליבענע צאל חברי הנהלת מוסדות סאטמאר און עסקנים ובראשם כ"ק האדמו''ר מסאטמאר שליט"א, לרגל וואס דער זענטער רב האט געשלאסן דעם מקח און אפגעקויפט אן הנצחה אין די מוסדות, דער הויפט שער אינעם פרי-וואן-עי בילדינג פונעם מיידל שולע ויקרא שמה בישראל "שער ברכה סימא".


עס האט זיך דערביי אנטוויקלט א הערליכן שיינעם שמועס איבער'ן הייליגן זיידן הגה"ק בעל עצי חיים זי"ע והרבנית הצדיקת מרת ברכה סימא ע"ה וואס די בנין איז נקראת על שמה. צווישן אנדערע האט דער רבי שליט"א מיט אחיו דער זענטער רב ארומגעשמועסט נאסטאלגישע זכרונות מימי קדם.


געעפענט דער מעמד האט הנגיד החסיד ר' אהרן הערש פריינד הי"ו יו"ר וועד קרן הבנין, וועלכער האט ארויסגעברענגט די גרויסע חשיבות אז דער זענטער רב מחברי הנהלת המוסדות איז זוכה אפצוקויפן א 'זכות נצחי' אינערהאלב די מוסדות, ארויסברענגענדיג לשבח ולתהילה די אלע יארן וואס דער זענטער רב איז עומד לנס, און איז א 'מעשה' צוצוהעלפן אויפטרייבן פאנטאסטישע סכומים פאר די מוסדות, אבער יעצט איז ער שוין אויך אליין אן 'עושה', און געגעבן אזא באדייטנדע הנצחה.


מיט א געשטיקט קול האט הגה"צ אב"ד זענטא שליט"א באגריסט די מסיבה מיט קורצע התרגשות'דיגע ווערטער זאגנדיג אז זייענדיג א חבר הנהלה קומט אים אסאך אויס מיטצוגיין צו נדיבים בעם וואס ביישטייערן זייערע נדבות לבם לטובת די מוסדות הק', און אלץ האט ער געטראכט מתי יבוא לידי ואקיימנה און ב"ה יעצט איז ער זוכה צו דעם. דער זענטער רב האט צוגעלייגט אז ער האפט בעזהשי"ת מוסיף צו זיין ברבות הימים כיד ה' הטובה עליו.


דערנאך האט די רבי שליט"א מיט אחיו הגה"צ מזענטא שליט"א אונטערגעשריבן דעם 'שטר קנין נצחי' וואס באשטעטיגט דעם מקח טוב אויפ'ן 'שער ברכה סימא', און דער זענטער רב האט אויפ'ן ארט אפגעגעבען א טשעק פון די גאנצע נדבה לידו פון אחיו די רבי שליט"א.


אין א מערקווידיגער שריט האט די סאטמארער שליט"א זיך דערביי תיכף אויסגעדרוקט אז ער וויל אויך האבן א חלק אין דעם הנצחה, און ער איז מוסיף מעשר אויף די 'נדבה נכבדה' וואס דער זענטער רב האט געגעבן.


מען האט דערנאך געטרונקען א לחיים און דער רבי שליט"א האט גאר ווארים אנגעוואונטשן פאר אחיו הגדול ער זאל ווייטער קענען זיין בייהילפיג לטובת די מוסדות, בגוף ובממון. דערנאך האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א טאנץ "ק-ה זכות אבות יגן עלינו" און געשלאסן דעם מעמד מיט גרויס התרגשות.










bottom of page