דאנערשטאג פ' אמור • ח' אייר תשפ"ד | בחצרות הקודש
א הערליכע מעמד 'הכרת הטוב' איז פארגעקומען דעם מאנטאג אין די זאלן בביתו נאוה קודש פון כ"ק האדמו"ר מסאטמאר שליט"א אין קרית יואל ווי עס איז פארגעקומען די צוגעשטעלט דורך די וועד הפעולה שע"י העדה החרדית, פאר די נגידים ועסקנים וועלכע האבן זיך משתתף געווען בגוף ובממון פארן 'קיום התורה' קאמפיין שע"י קרן תמכין דאורייתא בנשיאות מרן פוסק הדור הגאון האדיר בעל 'תשובות והנהגות' שליט"א, וואס האט דעם ערב פסח פארטיילט אריבער א מיליאן שקל ביי ריזן "פסח חלוקה" פארן ערליכער ציבור בני ירושלים דאראונטער אריבער 100 די מורי הוראה פון די עדה החרדית.
עס האט אויפגעטרעטן דער יושב ראש הר"ר אברהם יעקב יאקאב שליט"א, און אויפגערופן הגאון הגדול דומ"ץ קרית יואל שליט"א משמיע צו זיין די דבר המעמד, דער דיין שליט"א האט ארויסגעברענגט די געוואלדיגע זכי' פון קענען שטיצן די בני העדה החרדית, ובפרט די רבנים ודיינים, און באזונדער מפליג געווען בשבח פונעם פוסק הדור שליט"א וועלכער האט מייסד געווען און שטייט אין שפיץ פון די וועד הפעולה מיט אירע אקטיוויטעטן, און איז מרים די כח פון די עדה החרדית לוחם צו זיין קעגן דעם שלטון הרשע בארה"ק.
דער רבי שליט"א האט מיט א קורת רוח איבערגעקוקט די ליסטעס פון די אסטראנאמישע פסח חלוקה פון אריבער 1.5 מיליאן שקל, און די קאפיעס פון די טויזענטע טשעקס וואס די קרן האט פארטיילט פאר די אריבער 1,500 קינדער געבענטשטע משפחות מיט 7 קינדער און העכער החונים תחת דגל העדה החרדית, און באזונדער די שיינע תמיכה וואס איז געגעבן געווארן פאר די אריבער הונדערט דייני העדה החרדית, ועל צבאם הגאונים הצדיקים חברי הבד"ץ שליט"א,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש ודברי ברכה פאר די עסקנים, דער רבי האט זיך באצויגן צו די ווערטער פונעם דיין שליט"א, און ארויסגעברענגט אז די עדה החרדית איז די יסוד פון יהדות החרדית בעיה"ק ירושלים און אז אונזער קהילה איז אייביג געשטאנען צו די רעכטע האנט פון עדה' החרדית און בפרט רבותינו הקדושים זי"ע האבן זיך ארויסגעשטעלט מיט פייער צו מחזק זיין די עדה החרדית און ארומגערעדט בשבח פון די עסקנים וואס האבן גענומען אויף זיך א עול צו מחזק זיין די רבנים און חברי הבית דין צדק, מורי הוראות, און בכלל פאר די גאנצע ציבור דארט וועלכע פלאגן זיך צו שפייזן די געבענטשטע משפחות, און נאכגעזאגט פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע אז מיטן שטיצן די בני ארץ ישראל איז מען מקיים מצות ישוב ארץ ישראל, און מסיים געווען בברכת קדשו אז די עדה החרדית זאל האבען א קיום און מען זאל עס נישט קענען צעברעכן, און פאר אלע עסקנים און נדבנים.
Comments