top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

לבקש רחמים: הגאון רבי יצחק אזרחי מראשי ישיבת מיר גייט אריבער קאמפליצירטע הארץ פראצעדור

מאנטאג פ' אחרי קדושים • ז' אייר תשפ"ה | בחצרות הקודש


דער עולם התורה פאלגט נאך מיט זארג דער מצב הבריאות ביי הגאון הגדול רבי יצחק אזרחי שליט"א מראשי ישיבת מיר ומגדולי מרביצי התורה בדורנו וועלכער געפונט זיך אין שפיטאל און איז ערווארטעט דורכצוגיין א קאמפליצירטע הארץ פראצעדור.


דער ראש הישיבה האט זיך נישט גוט געשפירט איבער שבת, און איז אריינגעפארן צו די הדסה עין כרם שפיטאל, וואו די פראפעסארן האבן באשלאסן דורכצופירן א סטענט פראצעדור אויפן הארץ, מיטן האפענונג צו קענען היילן דעם ראש הישיבה מיטן אויבערשטנס הילף.


מטעם די מירער ישיבה איז ארויסגעשטעלט געווארן א מודעה ובקשה פאר די לומדי הישיבה, צו מרבה זיין בתפילה ולימוד התורה לרפואתו השלימה פונעם ראש הישיבה הגאון רבי יעקב יצחק בן הינדא מלכה בתוך שאר חולי עמו ישראל.


והן אל כביר לא ימאס תפילת רבים



コメント


bottom of page