top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ברוך הטוב והמטיב: האד' מתולדות אברהם יצחק באפרייט פון שפיטאל לביתו נאוה קודש

  • sfbechatzros
  • לפני 24 דקות
  • זמן קריאה 1 דקות

מיטוואך פ' וירא • י''ד חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש

ree

על בשורות הטובות אומר ברוך הטוב והמטיב: בשעת כלל ישראל איז מפציר בתפלה ותחנונים לרפואתו המהירה פון כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א, ווערט מיט צופרידנהייט אויפגענומען די גינסטיגע אנטוויקלונג, אז דער רבי שליט"א איז בחסדי שמים שוין אויפן וועג אהיים פון שפיטאל.


דאס התרגשות ביי די חסידים איז גרויס ווען מען האט בייגעוואוינט ניסים גלויים, למעלה מדרך הטבע וואס אפילו די דאקטוירים טוהן באוואונדערן מיט התפעלות. טראץ וואס דעם רבינס מצב האט אויסגעזעהן ווייט פון גוט און מען האט זיך שוין געגרייט אויף א מעגליכקייט דורצופירן א קאמפליצירטע אפעראציע וואס איז פארבינדן מיט ערנסטע נאכווייען און ריזיקע, האט מען בחסדי שמים באוויזן טיילווייז צו סטאביליזירן דעם רבינס מצב מיט מעדיצינישע הילף בס"ד אונטער באגלייטונג פון די גרעסטע מומחים אינעם עולם הרפואה, וואס האט געברענגט א באלדיגע שינוי לטובה אינעם רבינס מצב בכלליות, און בלויז צוויי טעג נאכן אנהייבן דעם פרישן פראצעדור, האט זיך די רבי ארויסגעזעהן פון דעם מצב סכנה אין וועלכע ער האט זיך געפונען.


נעכטן מיטוואך נאכמיטאג איז ווי באריכטעט פארגעקומען א גרויסארטיגע עצרת תפילה לרפואתו השלימה, און אצינד הערט מען ב"ה די גוטע בשורה, אז דער רבי געפונט זיך שוין אויפן וועג אהיים לביתו נאווה קודש, וואו ער וועט ווייטער פערזענליך באהאנדלט ווערן אונטער די שטענדיגע אויפזיכט פון א שטאב דאקטוירים.


ווי די מקורבים געבן איבער איז דער רבי נאך אלס אנגעוויזן אויף תפילות ישראל, און עס איז צום האפן אז דער רבי וועט זיך שנעלער ערהוילן, און בעז"ה צוריקקומען צו די כוחות ווי אמאל, בבריות גופא ונהורא מעליא. דער ציבור ווערט געבעטן צו ווייטער דאווענען לרפואת מרן שמואל יעקב בן יענטא, לרפואה שלימה בתוך שאר חולי ישראל.

bottom of page