top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

נייער געבוי ארום ציונים הק' פון צדיקי בית בעלזא זי"ע פארן באקוועמליכקייט פונעם ציבור העולים לציון

מאנטאג פ' האזינו • כ"ז אלול תשפ"ד | בחצרות הקודש

 

היינט כ"ז אלול ביומא דהילולא קדישא פונעם הייליגן שר שלום פון בעלזא זי"ע, איז צום ערשטן מאל אוועקגעשטעלט געווארן א געבוי ארום דעם פלאץ פון מקום מנוחתו אויפ'ן ביה"ח אין שטאט בעלזא, וואו עס ליגן אויך די אנדערע בעלזער רביים בנו הרה"ק ר' יהושע זי"ע ונכדו הרה"ק ר' ישכר דוב זי"ע, אזוי אויך ליגט דארט דער אנדערער זוהן פונעם שר שלו' הרה"ק ר' אלעזר רוקח זצ"ל.


ווי באוואוסט איז אינעם ביה"ח אין שטאט בעלזא נישט פארהאן קיין אהל אויף די ציונים הקדושים וואו דער שר שלום האט אנגעזאגט אז מען זאל נישט בויען אן אהל ארום זיין ציון וואס קען צוברענגען חששות פון ייחוד וכדו', און אין די לעצטע תקופה זינט חסידי בעלזא האבן אוועקגעשטעלט דעם בנין הכנסת אורחים פאר די פילע אידן וועלכע קומען פוקד זיין די הייליגע ציוּנים אין בעלזא, האט מען גלייכצייטיג אויך געזעהן דעם וויכטיגן געברויך אז מען דארף צושטעלן פאר די פילע געסט א באשיצונג פון די שווערע קעלט וואס הערשט אויפ'ן ארט אנגעהויבן שוין פון סוף אלול און דורכאויס דעם גאנצן ווינטער, וואס אין יענע חדשים געפאלן אויס די יארצייטן פון די הייליגע צדיקים וועלכע ליגן דארט, און צוליב די קפידא פונעם הייליגן שר שלום זי"ע קען מען נישט אויפבויען קיין אהל אויף די ציוּנים הקדושים. דעריבער האבן די עסקנים מטכס עצה געווען וויאזוי זיך אן עצה צו געבן, און נישט לאנג צוריק אויסגעארבעט געווארן א פלאן אז מען וועט אויפשטעלן א געבוי ארום דעם הייליגן מקום אויפ'ן ביה"ח אין בעלזא וואס איז איינגעריכטעט געווארן מיט לעקטער און הייצונג צו באשיצן פון די שניידנדע קעלט, און אין די זעלבע צייט וועט דאס נישט זיין פאררעכנט אלס א אהל צו קענען אנהאלטן די ביז יעצטיגע קפידא.


אינעם היינטיגן טאג כ"ז אלול ווען פילע בעלזער חסידים זענען פוקד דעם מקום קדוש לרגל די יארצייט, זייענדיג אויפ'ן וועג קיין ארץ ישראל אויף ר"ה בצל הקודש פונעם ממשיך השושלת כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א, איז מען איבערראשט געווארן זענדיג דעם נייעם געבוי העכערן ציון הק', און דער ציבור האט געקענט זיך אויסגיסן די הערצער בתפלה ותחנונים מיט הרחבת הדעת טראץ די ביטערע קעלטן. 















Comments


bottom of page