צריך שיחלה עליו: האד' מתולדות אברהם יצחק אנגעהויבן דיאליסיס באהאנדלונג אין שפיטאל
- בחצרות הקודש
- 1 בספט׳ 2024
- זמן קריאה 1 דקות
מוצאי שבת פ' ראה • כ"ז אב תשפ"ד | בחצרות הקודש

דעם דאנערשטאג איז כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א ווידער אריינגענימען געווארן אין שפיטאל, בלויז צוויי טעג נאכן זיך אהיימקערן פונעם לענגערען באזוך אין ניו יארק. דער רבי שליט"א איז געוועהן שטארק אפגעשוואכט די לעצטע טעג און אין צוגאב האט זיך די רבי געמוטשעט מיטן אטעם, דעריבער האבן די דאקטוירים רעקאמענדירט אז דער רבי זאל אריינקומען אין שפיטאל פאר אבזערוואציע און פרובירן דערגיין די אורזאך פון די אנגייענדע חולשה. וואו עס שטעלט זיך ארויס איז דער רבי אנגעוויזן אויף דיאליסיס באהאנדלונג, צוליב וואסער אין די לונגען. דאנערשטאג האט מען אנגעהויבן די ערשטע באהאנדלונגען וואס וועלן ווארשיינליך אנהאלטן אויף א לאנגן טערמין, ערב שבת איז כ"ק דער רבי שליט"א אהיימגעקומען נאכן זיין שפיטאליזירט איבער נאכט, גלייכצייטיג זענען אידן איבער די וועלט ווייטער מתפלל פארן רבינס געזונט און חיזוק הכוחות, מרן שמואל יעקב בן יענקא לרפואה שלימה.
אין אנדערע נייעס האט המשפיע הגה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א געפראוועט דעם שבת אין ביהמ"ד הגדול תולדות אברהם יצחק אין ירושלים וואו ער האט עטליכע מאל מזכיר געוועהן דעם רבי'ן שליט"א לרפואה שלימה, מוצאי שבת איז דער משפיע אריבערגעקומען אויף א ביקור חולים וויזיט צו רבי'ן שליט"א בביתו נאווה קודש.
Comments