זונטאג פ' כי תבוא • י"ב אלול תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: שוקי לרר
מיט אויסטערלישע התרוממות הנפש האבן די נדיבי עם חסידי צאנז קלויזנבורג זוכה געווען מיטצולעבן א שבת שכולו אורה בצל הקודש פון כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזנבורג שליט"א אין ארץ ישראל, ספעציעל געווידמעט פאר א גרעסערע קבוצה פון 75 נדבנים וועלכע האבן בייגעשטייערט די גרויסע סומע פון 18 טויזנט דאלאר לטובת דעם אויפבוי פון די נייע בניני הקהלה והמוסדות צאנז קלויזנבורג אין ארץ ישראל. דער שבת איז אריבער אויף א גאר געהויבענעם שטייגער מבואו ועד צאתו, אינעם שטעטל צפריה, נעבן לוד, וואס איז געווארן הערליך און מלכות'דיג אהערגעשטעלט דורך די בארימטע "טיפ" פראדאקשענס.
ערש"ק פאר'ן זמן איז דער רבי שליט"א ערשינען אין דארף, און זיך געגאנגען מטהר זיין אין די מקוה פונעם ארטיגן מושב, פאר'ן זמן רבינו תם איז די רבי אריינגעקומען צו מנחה, און צוגעשיקט צו מנחה הרה"ג ר' אהרן לייב לעווי דומ"ץ צאנז קלויזנבורג ירושלים, און צו קבלת שבת איז צוגעגאנגען הרה"ג ר' נפתלי גלאנץ שליט"א רב ביהמ"ד חסידים אין אלעד. נאכ'ן דאווענען איז דער ציבור אריבער ביים רבי'ן שלום נעמען, און מ'איז אריבער אינעם אולם הסעודות, וואו ס'איז געווען צוגעגרייט א סעודה כיד המלך פאר אלע געסט. במשך די סעודה האט אויפגעטרעטן הגה"צ רבי חיים ווייס שליט"א גאב"ד ביתר, וועלכער האט ארויסגעברענגט די גרויסע זכי' פון מיטהאלטן און זיך ווארעמען א שבת ביים רבי'ן.
ארום 12 אזייגער איז דער רבי שליט"א ערשינען צום שלחן הטהור, וואס האט זיך פארצויגן פאר שעה'ן לאנג פון התרוממות עילאה וחדוותא דאורייתא ביים משמיע זיין דעם טיפיזניגן פשט'ל און פלפול בפרשת השבוע נאכגעפאלגט מיט די דברי אגדה, ווען דער רבי האט בתוך דבריו מעורר רחמים געווען אויפ'ן שווערן מצב אין ארץ ישראל, סיי דער מצב בגשמיות וואס מ'דארף א שמירה עליונה אינעם מצב המלחמה, און סיי דער רוחניות'דיגער מצב, די שווערע גזירת הגיוס און אנדערע שווערע גזירות דורך די רשעי ישראל. במשך די טיש האט דער רבי מכבד געווען מיט די זמירות אנשים מכובדים, און מיט'ן בענטשן הגה"צ גאב"ד ביתר שליט"א. נאכ'ן טיש האט דער רבי פארטיילט "עפל" פאר אלע משתתפים, און די טיש איז פארענדיגט געווארן ארום 3 אזייגער.
שבת צופרי האט זיך די דאווענען פארצויגן שעות ארוכות, ביז ארום 5:30 נאכמיטאג, פסוקי דזמרא אליינס האט גענומען ארום א שעה צייט. ביי קריאת התורה האט דער רבי מכבד געווען מיט די עליות די רבנים משתתפי השבת און פאר די עסקנים וואס געבן זיך אוועק פאר'ן גרויסן פראיעקט. נאכ'ן רבי'נס עלי' שישי האט דער רבי געמאכט א מי שברך פאר אלע משתתפי השבת. מפטיר האט עולה געווען הרבני הנגיד ר' עזריאל טויבער ראה"ק צאנז קלויזנבורג אין ארץ ישראל, און ביים "בעבור שיתן" איז נאך דער רבי פארליבן אויף די בימה און צו אלעמען איבערראשונג - געהייסן אויסרופן "כל הוצאות השבת והאכסניות, חוץ מה שיבנה בתי מדרשים".
צוליב די שפעטע שעה האט דער רבי געגעסן די סעודה אויף א פריוואטן פארנעם, מיט די משמשים בקודש, און מכבד געווען מיט'ן בענטשן דעם ראה"ק ר' עזריאל טויבער. פאר'ן זמן רבינו תם איז געווען מנחה און שלש סעודות, זייענדיג דער קלימאקס פונעם שבת, ווען עס זענען זיך מצטרף פילצאליגע חסידים וואס זענען געקומען צו פארן פון אלע שטעט מיטלעבן די לעכטיגע שעה'ן בצאת השבת. צווישן די געסט האט זיך אנגעזען דעם רבינ'ס שוואגער הגה"צ רבי אפרים פישל מוטצען שליט"א גאב"ד הבעל שם טוב אין פתח תקוה, הגאון רבי ישראל ארי' ווייסמאן אב"ד אמרי שפר אין ירושלים, הגאון רבי שלום דוד ווידער אב"ד בנין אריאל לינז אין ירושלים, און נאך. די תורה ודברי כיבושין האט זיך פארצויגן פאר אריבער איינס א האלב שעה, זייענדיג מעורר מיט בכיות אויפ'ן מצב אין ארץ ישראל, די ערב רב וואס זיי נאר א מיעוט פון כלל ישראל און זיי ברענגען אלע גזירות רעות. שלש סעודות איז פארענדיגט געווארן גאר שפעט ביינאכט, און דער גאנצער עולם איז אריבער וואונטשן א גוטע וואך. אין די פריע פארטאגס שעה'ן איז דער רבי צוריק ארויסגעפארן צו זיין אכסניא אין די אבן ספיר געגנט אין ירושלים.
יציאת צדיק מן המקום עושה רושם, ווערט צוגעצייכנט א וואונדערליכע זאך, אז תיכף ווי נאר דער רבי האט פארלאזט דעם דערפל צפריה, האט זיך צעקלינגען די אלארעם צוליב די פליענדע ראקעטן וואס האט אנגעהויבן באהאגלען דעם געגנט, בשעת דער רבי איז שוין ב"ה נישט דארט געווען.
Comentários