top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

כינוס לצדיקים נאה להם • אסיפת רבנים דורך קופת הצדקה 'ועד הרבנים' אין בעפארברייטונג צום יערליכן פסח חלוקה

  • תמונת הסופר/ת: בחצרות הקודש
    בחצרות הקודש
  • 9 באפר׳ 2024
  • זמן קריאה 1 דקות

דינסטאג פ' תזריע • א' ניסן תשפ"ד | בחצרות הקודש

ree

בילדער קרעדיט: א. אייזנבאך


בבית האכסניא פון מרן פוסק הדור הגאון רבי משה שטערנבוך שליט"א בעל 'תשובות והנהגות' במקום הנופש אין שטאט נתניה, איז פאריגע וואך אפגעהאלטן אן אסיפת רבנים אין שפיץ פון גדולי ישראל, פאררופן דורך די וואוילטעטיגע ארגאניזאציע "ועד הרבנים" אין בעפארברייטונג צו די גרויסארטיגע חלוקה צום יום טוב פסח הבעל"ט, ביים אסיפה איז געווען אנוועזענד מרן פוסק הדור שליט"א אין די גדולי האדמור"ים מרן אדמו"ר מוויז'ניץ שליט"א וועלכע וויילט אויך אין נתניה אויף אפרוה, כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א, און הגאון הגדול רבי חיים פיינשטיין מגדולי ראשי הישיבות.


די ראשי וועד הרבנים האבן איבערגעגעבן א דעטאלירטע באריכט איבער די פרטי החלוקה אין ווערד פון שווערע מיליאנען שקלים, און די גדולי ישראל האבן באטראכט די אלע טשעקס וואס וועלן פארטיילט ווערן לכבוד יו"ט פסח פאר די משפחות אין ארץ ישראל אריינצוברענגען אין זייערע שטובער א שמחת יו"ט, אין מאציל געווען מברכתם פאר די אלע נדיבים אין תומכים פון דעם חשובן ארגאניזאציע.


ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

תגובה אחת


אורח
10 באפר׳ 2024

עבודת הקודש!!! צדקתם תעמוד לנצח...

לייק
bottom of page