מאנטאג פ' במדבר • כ"ו אייר תשפ"ד | בחצרות הקודש
לקיים בנו חכמי ישראל: דער ציבור ווערט גערופן צו מתפלל זיין יעצט לרפואתו השלימה פון כ"ק אדמו"ר מסערדאהעלי שליט"א וואס איז יעצט באנאכט אריינגענימען געווארן אין שפיטאל אויף באהאנדלונגען. די רב שליט"א איז די לעצטע טעג געוועהן שטארק אפגעשוואכט און נאכן דורכפירן עטליכע טעסטס איז צוריקגעקומען די רעזולטאטן וואס ווייזט אויף א שטארקע אינפעקציע וואס האט אויך צוגעברעגנט צו הויעך פיבער, די רב שליט"א איז אויף די רעקאמדאציע פון די דאקטורים אפגעפירט געווארן צו די מאונט סיני שפיטאל אויף ווייטערדיגע באהאנדלונגען, און אידן בכל מקומות מושבותיהם ווערן געבעטן צו מתפלל זיין לרפואתו, מרן חיים יהודה בן חנה לרפואה שלימה.
גלייכצייטיג איז געמאלדן געווארן אז דער געפלאנטע באזוך פונעם רב שליט"א די וואך אין שטאט קרית יואל לטובת ישיבתו איז לעת עתה אפגערופן און וועט פארקומען א צווייטער געלעגנהייט.
Comments