top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הנאה להם והנאה לעולם • כינוס גדולי ישראל במעונו פון מרן פוסק הדור שליט"א לטובת קופת 'ועד הרבנים'

מאנטאג פ' כי תבוא • י"ג אלול תשפ"ד | בחצרות הקודש

 

בביתו נאווה קודש מרן פוסק הדור הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט"א בעל 'תשובות והנהגות' אין ירושלים, איז פאריגע וואך אפגעהאלטן א כינוס גדולי ישראל אין שפיץ פון די פירנדע אדמור"ים ורבנים אין ארץ ישראל, לטובת דורך די וואוילטעטיגע צדקה פון "ועד הרבנים". ביים אסיפה איז געווען אנוועזענד מרן פוסק הדור שליט"א, כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א, כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א און נאך גדולי ישראל פון די ליטוושע און ספרדישע קרייזן צווישן זיי: הגאון הצדיק רבי בנימין פינקל משגיח ישיבת מיר און הגאון הגדול רבי חיים פיינשטיין מגדולי ראשי הישיבות.


די ראשי הקופה האבן איבערגעגעבן א דעטאלירטע באריכט איבער די ריזיגע צדקות וואס ווערט פארטיילט דורך וועד הרבנים אין ווערד פון שווערע מיליאנען שקלים, די גדולי ישראל האבן דערביי אפגעהאלטן א ספעציעלער מעמד תפילה פאר די אלע תורמים לשמירה עליונה אין די שווערע אנגעצויגענע זמנים זיי זאלן ניצל ווערן מכל צרה וצוקה, און געליינט א כוללות קוויטל מיט די נעמען פון אלע נדיבים ובני ביתם.


בעפאר די מעמד האבן האדמור"ים מראחמיסטריווקא און טשערנאביל באזוכט ביים פוסק הדור וואו מען האט צונויפגעשמועסט פארשידענע שיינע ענינים און זכרונות מימי קדם און די גדולי ישראל האבן זיך געוואונטשן איש את רעהו מיט א כתיבה וחתימה טובה.


























Comments


bottom of page