מאנטאג פ' האזינו • כ"ז אלול תשפ"ד | בחצרות הקודש
כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א וועלכע האט זיך פאריגע וואך אויפגעהאלטן בקרב חסידיו אין שטאט קרית יואל האט מיטוואך נאכמיטאג באזוכט אין שכונת ווינטשעסטער בגלילות קרית יואל וואו עס איז פארגעקומען א מעמד קביעות מזוזה אינעם ביהמ״ד החדש דקהל יטב לב, דער רבי האט קובע געווען א מזוזה, און דערנאך אריין און זיך אומגעקוקט אויפן גאנצן ביהמ"ד און מקוה און מכבד געווען די נדבני הביהמ״ד צו קלאפן מזוזות. דערנאך איז די רבי אריבער צום שטוב פון הנגיד ר׳ יואל גאלדבערגער הי״ו, וואו עס פארגעקומען א מסיבת לחיים לכבוד המאורע. באותו מעמד איז פארגעקומען א חתימת שטרות ווי הנגיד ר׳ יואל הי״ו ואביו ר׳ אברהם יודא הי״ו וזקינו ר׳ ישראל דוב הי״ו האבן אינאיינעם אפגעקויפט די זכות שם המקוה אינעם נייעם ביהמ"ד, דער רבי האט אונטערגעשריבן די שטרות מיט די נדבנים, געטרינקען לחיים און ווארעם אנגעוואונטשען ברכת קדשו, דערנאך זיך אויפגעשטעלט אין א ריקוד.
Yorumlar