top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ירושלים נתן קולה: רבבות בני ירושלים האבן אויסגעשריגן: "גיוס בני ישיבות, היה לא תהיה!"

זונטאג פ' קרח • כ"ד סיון תשפ"ד | בחצרות הקודש

 

ברוך המקדש שמו ברבים! ירושלים עיה"ק האט דעם היינטיגן טאג געשריבן היסטאריע ווען צענדליגער טויזנטער אידן האבן מקדש געווען שם שמים און און ארויסגעגעבן דעם זעקת קודש קעגן דעם שרעקליכן חוק הגיוס און גזירת שמד אויף בחורי ישראל היה לא תהיה.


לקראת די עצרת הרבבות איז ארויס א פאראייניגטע קול קורא דורך פילע צענדליגער גדולי התורה און מאורי החסידות פון די חסיד'ישע און ליטווישע קרייזן, און באזונדער פון די גדולי רבני יהדות ספרד, איבער'ן חוב קודש זיך משתתף צו זיין ביי די מחאה. אין א זעלטענע שריט איז אויך ארויס די הוראה פונעם בריסקער ראש ישיבה הגאון רבי אברהם יהושע סאלאווייטשיק שליט"א פאר אלע בחורי הישיבה זיך משתתף צו זיין. אנגעהויבן פון 6:00 אזייגער פארנאכטס האט זיך אנגעהויבן דער היסטארישער מעמד אדיר, ווען די גיגאנטישע שטחים פון ככר זופניק איז געווארן שווארץ פון שווערע טויזנטער אידן און די תלמידי הישיבות הקדושות החונים תחת דגלה פון די עדה החרדית, ווי ווייט די אויגן קען זען האט מען געזען בלויז נאך און נאך אידישע קינדער וואס קומען ארויס זיך אננעמען פאר כבוד שמים, זייענדיג א מחזה הוד וואס ירושלים האט נאכנישט געזען ביז היינט.


די עצרת מחאה האט זיך אנגעהויבן מיט פרקי תהילים דורך הגה"ח ר' יעקב ראבינאוויטש שליט"א מחשובי המקובלים בירושלים, און דערויף איז דער מעמד געעפנט געווארן דורכ'ן יושב ראש הר"ר הר"ר יצחק שלמה בלויא שליט"א ספרא דדיינא, וועלכער האט איבערגעגעבן דעם דעת תורה הבהירה פון די שרי התורה איבער די גזירה נוראה און די סכנה עצומה וואס הערשט אויפ'ן גאנצן יהדות ארץ ישראל. דערנאך האט דער יו"ר מכבד געווען הגאון הגדול ר' אברהם יצחק אולמאן שליט"א חבר הבד"ץ וועלכער האט בדברים כדרבונות ארויסגעברענגט דעם חובת השעה און פליכט וואס ליגט אויף אלעמען צו זיין גרייט אויף מסירת נפש ווען ס'האנדלט זיך פון א שעת שמד אויף אלע דרי ארה"ק.


דערנאך האט אויפגעטרעטן הגאון הגדול רבי יהושע ראזנבערגער שליט"א חבר הביד"ץ וגאב"ד קרית הרמ"א בית שמש וועלכער האט בקול חוצב מתריע געווען קעגן די שענדליכע פעולות פון אנשים מזרע ישראל ליידער וואס זענען גרייט צו גיין אויף פשרות מיט אזא געפערליכע גזירה. א סקרוך פון יראת הכבוד איז דורך אין די ביינער הערנדיג די הייליגע שטימע פונעם פוסק הדור מרן הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט"א בעל תשובות והנהגות, ויחל משה את פני ה' אלקיו, אויסשרייענדיג מנהמת לבו הטהור קעגן די מזירת השלטון און די בג"ץ וואס ווילן ח"ו באצווינגען אלע בני הישיבות צו גיין דינען אינעם טריפה'נעם מיליטער, קלארשטעלנדיג אז ס'איז נישט פארהאן קיין שום חילוק צווישן א בחור ישיבה מיט א בחור וואס לערנט נישט אין קיין ישיבה, "די מיליטער איז א מקום פון כפירה וטומאה, און ס'איז אסור פאר א איד אריינצוגיין אהין!" א חרדת קודש האט זיך אראפגעלאזט אויפ'ן ציבור הרבבות ווען דער פוסק הדור האט געוואנדן זיינע רייד צום שלטון הרשע: "אונז זעמיר גרייט צו גיין אין תפיסה אבער נישט אין מיליטער!"


דערנאך האט מען געהערט די פייערדיגע ווערטער דורך הגאון הגדול רבי משה צדקה שליט"א ראש ישיבת פורת יוסף וממנהיגי יהדות ספרד, וועלכער האט בתוך דבריו אויסגעשריגן פון הארץ טיפעניש "די טיפשים ווילן מאכן פשרות? אונז זעמיר נישט בעלי בתים אויף די תורה. אזוי ווי אן עבד קען נישט מאכן פשרות אויף די זאכן פון זיין בעל הבית, קענען מיר נישט מאכן פשרות אויף די תורה".


צום שלוס איז נתכבד געווארן כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א פארצוזאגן פרקי תהילים און פסוקי יחוד, מיט אן אויסטערלישע התעוררות וואס האט אפגעהילעכט בחוצות ירושלים פון רבבות מקדשי שם שמים. דערנאך איז דער מחאה פארוואנדלט געווארן אלס 'עצרת תפלה', ביים שטח פון ככר השבת, וואו דארט זענען געווען פארזאמלט פילע טויזנטער אידן וועלכע זענען געקומען אויסדרוקן זייער וויי געשריי קעגן די גזירה הנוראה.


דער ריזן עצרת ביי ככר זופניק איז געעפנט געווארן מיט פרקי תהילים דורך הרה"ח ר' נפתלי ראטשילד שליט"א ממשפיעי קהילת סאטמאר ירושלים, און סליחות האט פארגעזאגט הגאון הגדול רבי אליהו ליבערמאן שליט"א מרבני בני תורה. דערנאך האט דער יו"ר המעמד הרה"ח ר' דוד קליין שליט"א ראש חבורת קהל חסידי ירושלים אויפגעטרעטן איבער'ן מטרת המחאה און תהלוכה כדי מודיע צו זיין בשער בת רבים די שטעלונג פון יעדן ערליכן איד אז מ'וועט זיך נישט מגייס זיין בשום אופן וצורה שיהיה.


דערנאך האט זיך דער ציבור ארויסגעלאזט אויף די תהלוכת מחאה, מיט א שאגה אדירה פון "גיוואלד, גיוואלד", וואס האט אפגעקלונגען מקול אחד פון אזויפיל טויזנטער אידן פון אלע שיכטן, חסידים, ליטווישע, ספרד'ישע, תימנ'ע, און פון נאך עדות בישראל. אנקומענדיג צום רחוב שרי ישראל האט אויפגעטרעטן הגאון רבי דוד זיכערמאן שליט"א מגדולי העסקנים פון די בני תורה קרייזן אדרעסירט די ביטערע גזירה, שרייענדיג "ארץ ישראל פלאקערט!", נאך זיינע דברים חוצבים האט זיך דער ציבור ארויסגעלאזט אין פייערליכע טענץ פון "עוצו עצה ותופר".


דערנאך האט מען געהערט די דרשה דורך המשפיע הגה"ח ר' שאול סירוטה שליט"א מרבני קרן אור דחסידי ברסלב וראש כוללי אש דת למו, וועלכער האט מרחיב געווען איבער די סכנה אויף שוואכע בחורים זיי זאלן ח"ו נישט אריינפאלן אינעם שמעלצטאפ פון צה"ל, און עס ליגט אויף יעדן א פליכט מתפלל צו זיין לביטול רוע הגזירה. דאן האט הגאון הגדול ר' יהושע דוד טורצי'ן שליט"א יורד געווען לפני התיבה און בקול בוכים פארגעזאגט מיט התעוררות "אבינו מלכינו", און דערנאך מסיים געווען בברכת קדשו אויף ביטול רוע הגזירה וביטול מלכות המינות. צום שלוס פונעם מעמד האט כבוד הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטר שליט"א פארגעזאגט בקול חוצב להבות אש קבלת עול מלכות שמים און מסיים געווען מיט ברכת קדשו פאר אלע משתתפים.


בדרך התורה נלך באש ובמים, לקדש שם שמים!

















































Comentarios


bottom of page