top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

היסטארישער וויזיט פון "קאנגרעס ספּיקער" זשאנסאן ביי האד' מסאטמאר אין סאטמארער שטאט קרית יטב לב

מוצאי שבת נח • א' חשון תשפ"ה | בחצרות הקודש

 

פארגאנגענעם דאנערשטאג נאכמיטאג איז פארגעקומען א היסטארישער וויזיט פונעם מאכטפולן ״קאָנגרעס ספּיקער״ פון די פאראייניגטע שטאטן, מייק זשאנסאן ירום הודו, אין סאטמאר׳ס אויסשטייגנדער שטאט ״קרית יטב לב״ אין בלומינגבורג, ניו יארק. דער דריט-העכסטער באאמטער אין די פאראייניגטע שטאטן, נאכ׳ן פרעזידענט און וויצע פרעזידענט, איז געקומען צו פארן פאר אן ענגע פריוואטע אויפנאמע בביתו נאוה קודש פון כ״ק אדמו"ר מסאטמאר שליט״א אין קרית יטב לב, נאכן אפהאלטן א סעריע פון באזוכן בבתי גדולי אדמורי"ם אין ניו יארק.


דער ספיקער איז געקומען אין בעפארגרייטונג צו די פרעזידענטליכע פארמעסט און גלייכצייטיג דער געראנגל אויף קאנטראל פון קאנגרעס. היות אין דעם קאנגרעסיאנאלן דיסטריקט פון קרית יטב לב קומט אצינד פאר א גאר ענגער פארמעסט, וואו די פאראייניגטע שטימע פון קרית יטב לב שפילט א דעצידירנדע ראלע אינעם אויסגאנג איז דער ספיקער געקומען פערזענליך זיך טרעפן מיט די ראשי העיר.


ביים באזוך האבן די ראשי העיר אראפגעלייגט דעם מציאות פון די אויסוואקנסנדע סאטמארער שטאט אוו ארויסגעברענגט דעם קריטישן נחיצות פאר׳ן אינפראסטרוקטור פון די שטאט כדי צו קענען ווייטער וואקסן. באזונדער האט העסקן הרה״ח ר׳ משה דוד נידערמאן שליט״א אויפגעטרעטן מיט א דרשה איבער דעם ביטערן גזירת החינוך און אונזער פאראייניגטע אנטשלאסנקייט דאס צו באקעמפן און געבעטן דעם ספיקער אין נאמען פון גאנץ יהדות ניו יארק מיטצושטיין לטובתינו ווען ס׳קומט צום פעדעראלן שטאפל.


נאך די אויפנאמע זענען אלע אנוועזנדע ארויס און אויפ׳ן פארלאנג פון כ״ק אדמו"ר מסאטמאר שליט״א איז דער ספיקער יר״ה פארבליבן אין צימער, וואו דער רבי שליט״א האט דערביי פערזענליך זיך געבעטן מנהמת לבו הטהור ער זאל אויסניצן זיין מאכט און געוויכט לטובת היהדות החרדית אין כמה עניני הכלל והפרט, און איבערהויפט איבער דעם גזירת החינוך וואס ברענט און פלאקערט און בנפשינו הדבר.







Comments


bottom of page