top of page
קאנגרעסמאן פעט רייען באזוכט ביי האד' מסאטמאר נאכן שטיין צוהילף ביים גינסטיגן "חינוך געזעץ"
מוצאי שב"ק פ' שלח • כ"ד סיון תשפ"ה | בחצרות הקודש א הערליכער באזוך איז דעם פארלאפענעם מאנטאג נאכמיטאג פארגעקומען אין שטאט קרית יואל דורך דעם פעדעראלן קאנגרעסמאן "פּעט רייען" וועלכער פארטרעט די איינוואוינער קרית יואל צווישן זיינע אריבער א דריי פערטל מיליאן בירגער אינעם 18 דיסטריקט - אין וואשינגטאן, וועלכער איז געקומען אפּנעמען זיין פארדינטן יישר כח נאכדעם וואס ער האט אזוי שווער געארבעט ארויס פון וועג צו קענען צושטאנד ברענגען די נויטיגע דעמאקראטישע שטיצע אינעם 'ניו יארק'ער' סטע


טעלעפאנישע השתדלות-רוף דורך האד' מסאטמאר צום קאנגרעס פירער דזשאנסאן אנצוהאלטן קריטישע הילף-פראגראם פאר עלטערע מענטשן
דאנשטאג פ' ויקהל • כ' אדר תשפ"ה | בחצרות הקודש אין א זעלטענע ערשטמאליגע שריט האט כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אפגעהאלטן א טעלעפאנישע השתדלות-געשפרעך אויף די ענגלישע שפראך צום העכסטן פירער אין די אמעריקאנער געזעץ הייזער, קאנגרעס ספיקער מייק דזשאנסאן, וואו ער בעט אים מיט א הארציגע ווענדונג אין נאמען פון די חרד'ישע געמיינדע אין ניו יארק, אז מ'זאל אנהאלטן ווייטער א גאר קריטישע רעגירונגס הילף-פראגראם פאר עלטערע מענטשן. ספיקער דזשאנסאן איז פריש ערוועלט געווארן צום אמט ביי די פארלאפענע


האד' מסאטמאר מיט פייערדיגע מחאה קעגן אגודת ישראל דאמעריקע לאור די אלוועטליכע וואלן צום "ציוניסטישן קאנגרעס"
מיטוואך פ' תצוה • ה' אדר תשפ"ה | בחצרות הקודש היינט פארמיטאג ביים שיעור תהילים אין היכל המתיבתא קרית יואל איז כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א ארויס מיט א פלאם פייערדיגע קול מחאה און גאר שארף מתריע געווען קעגן די "אגודת ישראל דאמעריקע" פאר די שאנדפולע שריט פון קאמפיינען און בעטן אידן זיך איינצושרייבן אין ווערן א מעמבער אינעם טריפה'נעם "ציוניסטישן קאנגרעס". דער רבי שליט"א האט אנגעהויבן מיט'ן שילדערן די טרויעריגע היסטאריע פונעם ציוניסטישן קאנגרעס, וואס איז געגרינדעט געווארן צוזאמען מי


חולקין כבוד למלכות • הויכגעשעצטער קאנגרעס ספיקער אויפגענימען מיט עהרע אין שיכון סקווירא
זונטאג לך לך • ב' חשון תשפ"ה | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: י. שטיין, JDN פאריגע וואך דאנערשטאג איז אפגעהאלטן געווארן אין שיכון סקווירא א מלכות'דיגע אויפנאמע, אין עהרע פון דער הויכגעשעצטער ספיקער אוו די האוז מייק דזשאנסאן, וועלכער איז דער דריטער מאכטפולער פערזאן אין די פאראייניגטע שטאטן וועלכער איז אנגעקומען אויף א באזוך צו כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א אין בעפארגרייטונג צו די אמעריקאנע וואלן דעם דינסטאג. אנקומענדיג אין שטעטל זענען די באאמטע אויפגענומען געווארן מיט'ן פאסיגן כבו


היסטארישער וויזיט פון "קאנגרעס ספּיקער" זשאנסאן ביי האד' מסאטמאר אין סאטמארער שטאט קרית יטב לב
מוצאי שבת נח • א' חשון תשפ"ה | בחצרות הקודש פארגאנגענעם דאנערשטאג נאכמיטאג איז פארגעקומען א היסטארישער וויזיט פונעם מאכטפולן ״קאָנגרעס ספּיקער״ פון די פאראייניגטע שטאטן, מייק זשאנסאן ירום הודו, אין סאטמאר׳ס אויסשטייגנדער שטאט ״קרית יטב לב״ אין בלומינגבורג, ניו יארק. דער דריט-העכסטער באאמטער אין די פאראייניגטע שטאטן, נאכ׳ן פרעזידענט און וויצע פרעזידענט, איז געקומען צו פארן פאר אן ענגע פריוואטע אויפנאמע בביתו נאוה קודש פון כ״ק אדמו"ר מסאטמאר שליט״א אין קרית יטב לב, נאכן אפהאלטן


שלום העיר: מאכטפולער אמעריקאנער קאנגרעס ספיקער מייק דזשאנסאן באזוכט ביי האד' מסאטמאר
פרייטאג נח • ל' תשרי תשפ"ה | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: י. שטיין אין א העכסט דראמאטישע אנטוויקלונג אין בעפארגרייטונג צו די אמעריקאנע וואלן דעם קומענדיגן וואך דינסטאג, האט דער דריט-העכסטער פיגור אין לאנד, דער מאכטפולער פעדעראלער קאנגרעס ספיקער מייק דזשאנסאן אפגעהאלטן דעם היינטיגן דאנערשטאג א באזוך ביי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, אין באגלייטונג פון הויכראנגיגע באאמטע, צווישן זיי דער לאקאלער קאנגרעסמאן פון ראקלענד קאונטי מייק לאולער וואס לויפט יעצט פאר ווידערוויילונג. די פאליטיש


בשלום מלכות: עהרנפולע אויפנאמע פאר סענאט און קאנגרעס פירער ביי האד' מסקווירא און האד' מוויזניץ-מאנסי
דינסטאג נח • כ"ז תשרי תשפ"ה | בחצרות הקודש בילדער קרעידט: JDN מיט'ן העכסטן מאס כבודה של מלכות איז היינט אפגעהאלטן געווארן אן עהרנפולע אויפנאמע בביתו נאוה קודש פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א פאר די סאמע העכסטע פירער אין די אמעריקאנע געזעץ הייזער, דער סענאט מאיאריטעט פירער טשאק שומער, און דער קאנגרעס מינאריטעט פירער העקעם דזשעפעריס, וועלכע זענען געקומען זוכן שטיצע פון ק"ק סקווירא מיט אירע טויזנטער שטים-בארעכטיגטע וויילער ביי די בעפארשטייענדע וואלן קומענדיגע וואך. ביים אנקומען א


קרית יואל'ער קאנגרעסמאן פעט רייען ביי האד' מסאטמאר צו די בעפארשטייענדע וואלן
מיטוואך וזאת הברכה א' • ז' תשרי תשפ"ה | בחצרות הקודש נעכטן דינסטאג איז אריבער געקומען לביתו נאוה קודש פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אין וויליאמסוברג דער קרית יואל'ער קאנגרעסמאן פעט רייען, וועלכע איז געקומען אפנעמען א ברכה פאר זיין ווידערוויילונג, אין באגלייטונג פון פראמינענטע עסקנים ואישי הציבור. מען האט דערביי שטארק באהאנדלט דעם חינוך פראבלעם, ווי דער רבי שליט"א האט זיך אויסגעדרוקט אז ביי אונז איז דער ערליכער חינוך די וויכטיגסטע טעמע, און מ'דארף זען צו צוהעלפן וואס מ'קען נא


וויכטיגע זיצונג בביתו נאווה קודש פון האד' מסאטמאר מיט קאנגרעס מינאריטעט פירער דזשעפריס און קאנגרעסמאן פעט רייען
דאנערשטאג פ' נצבים - וילך • כ"ג אלול תשפ"ד | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: י. שטיין - JDN די וואך זונטאג איז אריבער געקומען לביתו נאוה קודש פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א דער מאכטפולער קאנגרעס מינאריטעט פירער האקים דזשעפריס אין באגלייטונג פון דער קרית יואל'ער קאנגרעסמאן פעט רייען, וועלכע זענען געקומען הערן די געברויכן פון די היימישע אידנטום, אויך זענען אנוועזנד געווען הרה"ח ר' שמחה אייכנשטיין הי"ו - אסעמבלימאן פון בארא פארק, די ראשי וועד הקריה הרה"ח ר' אברהם ווידער הי"ו, הרה"ח


קאנגרעסמאן מאלינארא באזוכט ביי האד' מסאטמאר מקבל צו זיין ברכת קדשו צום ווידערוויילונג
מאנטאג פ' מטות מסעי • כ"ג תמוז תשפ"ד | בחצרות הקודש נעכטן זונטאג נאכמיטאג האט באזוכט ביי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אין מחנה דברי יואל אין סוואן לעיק קאנגרעסמאן מאַרק מאלינארא וואס לויפט פאר רי-עלעקשאן אין קרית יטב לב. דער קאנגרעסמאן איז געקומען מקבל זיין ברכת הקודש פונעם רבי'ן שליט"א אינאיינעם מיט די עסקני "יחד" און די נייע וועד הקריה וואס איז לעצטענס נתמנה געווארן דורכן סאטמארער רבי'ן שליט"א אין קרית יטב לב. עס האט אויפגעטרעטן הרה"ח העסקן ר' משה דוד נידערמאן הי"ו וועלכע האט


חולקין כבוד למלכות • בכבודיגע אויפנאמע אין שיכון סקווירא אין עהרע פון הויכגעשעצטער קאנגרעס ספיקער
מאנטאג פ' שלח • י"ח סיון תשפ"ד | בחצרות הקודש א מלכות'דיגע אויפנאמע איז פארגעקומען נעכטן אין שיכון סקווירא, ווען דער הויכגעשעצטער קאנגרעס ספיקער מייק דזשאנסאן האט אפגעשטאט א באזוך אין סקווירא שטעטל, ווערנדיג אויפגענימען דורך טויזנטער תושבי שיכון סקווירא וועלכע האבן אפגעגעבן דעם כבוד הראוי למלכות. מטעם בית כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א איז ארויסגעגעבן געווארן די הוראת הקודש אז אלע תלמידי המוסדות זאלן קומען אפגעבן דעם ריכטיגן כבוד ווי עס פאסט, די כולל אינגעלייט און בחורי הישיבות,


ווידיאו • הרב יעקב שפירא דערציילט איבער אסיפה מיט קאנגרעס ספיקער ביים מעמד הודאה אין מתיבתא אין קר"י
דינסטאג פ' וישב • כ"ב כסלו תשפ"ד | בחצרות הקודש ווידיאו קרעדיט: סאטמארע נייעס נעכטן ביום כ''א כסליו ביים מעמד ההודאה בהיכל המתיבתא אין קרית יואל האט כ''ק האדמו''ר מסאטמאר שליט''א ביים סוף פון די דברות קודש באגריסט דעם חשובן גאסט וואס איז געקומען רעדן פאר די בחורים הרה''ג רבי יעקב שפירא רב דק"ק בעיסוואטער ומרבני נטרונא, די רבי האט פארציילט א מעשה פונעם ישמח משה זי"ע ווי ער האט געזאגט אז פון ווי זעט מען אז מען מיינט כבוד התורה און נישט כבוד עצמו? אז מען זעט אז מען איז מכבד א צו


אויפנאמע אין שיכון סקווירא אין עהרע פון קאנגרעס ספיקער מק'קארטי
זונטאג פ' כי תשא - י"ב אדר תשפ"ג


קאנגרעס ספיקער קעווין מק'קארטי באזוכט ביי האד' מסקווירא
זונטאג פ' כי תשא - י"ב אדר תשפ"ג


קאנגרעס ספיקער קעווין מק'קארטי וועט מארגן באזוכן שיכון סקווירא
מוצ"ש פ' תצוה ה'תשפ"ג קול בחצרות - מארגן זונטאג נאכמיטאג וועט דער קאנגרעס ספיקער קעווין מק'קארטי דער העכסטער קאנגרעסמאן פון דער רעפאבליקאנער פארטיי אנקומען אויף א באזוך אויף אן אפצילער באזוך אין שיכון סקווירא אין אריינגיין אל הקודש פנימה צו כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א. מאקארטי איז מיט עטליכע חדשים צוריק איידער די וואהלן פאר קאנגרעס געוועהן אויף א באזוך ביים סקווירא רבין, ער האט דעמאלטס געבעטן אז סקווירא זאל אינדארסירן דער רעפאבליקאנער קאנגרעס-קאנדידאט מייק לאולער, מק'קארטי


קאנגרעסמאן מייק לאולער באזוכט ביי האד' מסקווירא
מאנטאג פ' תצוה - ו' אדר תשפ"ג קול בחצרות - פארגאנגענעם וואך דינסטיג בעת די זמני כניסה ביי כ''ק האד' מסקווירא שליט''א האט באזוכט ביים רבין קאנגראסמאן מייק לאולער, די עסקנים האבן אפגעווארט די קאנגרעסמאן, און צוערשט איז פארגעקומען א אויפנאמע לכבודו בביתו נאווה קודש פונעם סקווירא רבין, דערנאך איז ער אריין אל הקודש פנימה צום רבין ווי מ'האט א לענגערע צייט אויסגעשמועסט פארשידענע ענינים לצורך הכלל אין די רבי האט איהם ווארעם אנגעווינטשן ברכות לרוב, נאכן באזוך ביים רבין האט ער באזיכט


bottom of page


