קאנגרעסמאן פעט רייען באזוכט ביי האד' מסאטמאר נאכן שטיין צוהילף ביים גינסטיגן "חינוך געזעץ"
- Bechatzros admin
- 22 ביוני
- זמן קריאה 2 דקות
עודכן: 23 ביוני
מוצאי שב"ק פ' שלח • כ"ד סיון תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט:
א הערליכער באזוך איז דעם פארלאפענעם מאנטאג נאכמיטאג פארגעקומען אין שטאט קרית יואל דורך דעם פעדעראלן קאנגרעסמאן "פּעט רייען" וועלכער פארטרעט די איינוואוינער קרית יואל צווישן זיינע אריבער א דריי פערטל מיליאן בירגער אינעם 18 דיסטריקט - אין וואשינגטאן, וועלכער איז געקומען אפּנעמען זיין פארדינטן יישר כח נאכדעם וואס ער האט אזוי שווער געארבעט ארויס פון וועג צו קענען צושטאנד ברענגען די נויטיגע דעמאקראטישע שטיצע אינעם 'ניו יארק'ער' סטעיט-אסעמבלי, סענאַַט און ביי די סטעף פון די עקזעקיוטיוו ברענטש אונטערן גאווערנאר ווי ער האט ערווארבן גוטע באציאונגען און א גרויסע השפעה וואס ער האט אויסגענוצט און גאר אסאך כח אריינגעלייגט במשך די לעצטע צוויי יאר פאר דעם נייעם "חינוך ביל" וואס מ'האט באוויזן אדורכצופירן אין אלבאני, ברוב סייעתא דשמיא.
דער קאנגרעסמאן איז אריבערגעקומען אין באגלייטונג פון די הנהלת הקרי' לביתו נאוה קודש פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א וואו עס האָָט זיך פארצויגן א שיינעם שמועס. צוערשט האט דער רבי אויסגעדרוקט פּערזענליך אויסטערלישע דאנק-ווערטער פאר'ן קאנגרעסמאן, איבער זיינע געוואלדיגע פּעולות וואס ער האט געטון צושטאנד צוברענגען דעם געזעץ. דערביי האט דער קאנגרעסמאן מר. רייען געשילדערט פאר'ן רבי'ן פילע פּרטים אויף וועמען ער האָָט אלץ געארבעט פּערזענליך צו שטיצן דעם ביל, און אראפּגעלייגט וויפיל מאל ער איז געשטאנען בקשר מיט גאווערנאר האקול סיי אין די פריערדיגע חדשים און סיי במשך די וואכן פון דער אפּשטימונג, און אויך נאך נעמען וועמען ער האט אלץ פארמישט צו אפּשוואכן דעם פייערדיגן צד שכנגד אינעם סטעיט סענאַַט.
דאן האט דער רבי שליט"א פארקירעוועט דעם שמועס אויף הלכה למעשה וואו עס האלט יעצט, וויאזוי דער 'עדיוקעישן דעפּארטמענט' וויל נישט שלום מאכן מיט'ן פאקט און זיי זוכן נאך אַַלע וועגן אפּצושוואַַכן אונזער געווינס. מען האט אויסגעשמועסט בנוגע די זעקס מוסדות וואס די סטעיט וויל יעצט פּסל'ען, און וועלכע נאך לעכער זיי פּרובירן אויסצוטרעפן און אריינקוועטשן, און מ'האט דן געווען וויפיל שאנסן זיי האבן, און דער רבי האט פארגעשלאגן פארן קאנגרעסמאן פארשידענע פעולות וואס ער קען צוהעלפן אפצושוואכן די קעגנערשאפט פון די עדיוקעישן דעפארטמענט און געבעטן אז אויב ח"ו ס'וועט אויספעלן נאכאמאל אַַ נייע אויסבעסערונג אינעם געזעץ, וועלן מיר ווייטער בעטן פאר ווייטערדיגע הילף.
דער קאנגרעסמאן האט געמאלדן פארן רבין זיינע פולע גרייטקייט אויף ווייטער, זאגענדיג אז מיט אזא אויסנאם הערליכע קאמיוניטי איז כדאי צו מיטארבייטן און העלפן איר עקזיסטענץ, אויך האט ער געזאגט אז רעדנדיג מיט גאווערנאר האקול האט זי אים פארציילט וויאזוי דער רבי האט זיך באדאנקט ביים טעלעפאן-קאל הארט בעפאר יו"ט שבועות, און אז עס האט איר זייער אסאך אויסגעמאכט צו זען אונזער הכרת הטוב, און זי וויל אויך קומען וויזיטן און זען פון די נאנט די קאמיניטי וואס זי העלפט ארויס.
ענדע פונעם באזוך האט דער רבי נאכאמאל ארויסגעברענגט אונזער טיפע דאנקבארקייט פאר זיין אקטיווע הילף צו קענען דורכפירן אזא זאך פאר אונזער חינוך, וואס דאס איז אונזער שווארצאפּל פון אויג און דאס איז וואס מיר פאדערן פון אונזערע פארטרעטער צו באשיצן אונזער חינוך עד הסוף, וויפיל עס וועט נאר אויספעלן.












תגובות