top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

שלום העיר: מאכטפולער אמעריקאנער קאנגרעס ספיקער מייק דזשאנסאן באזוכט ביי האד' מסאטמאר

פרייטאג נח • ל' תשרי תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: י. שטיין

 

אין א העכסט דראמאטישע אנטוויקלונג אין בעפארגרייטונג צו די אמעריקאנע וואלן דעם קומענדיגן וואך דינסטאג, האט דער דריט-העכסטער פיגור אין לאנד, דער מאכטפולער פעדעראלער קאנגרעס ספיקער מייק דזשאנסאן אפגעהאלטן דעם היינטיגן דאנערשטאג א באזוך ביי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, אין באגלייטונג פון הויכראנגיגע באאמטע, צווישן זיי דער לאקאלער קאנגרעסמאן פון ראקלענד קאונטי מייק לאולער וואס לויפט יעצט פאר ווידערוויילונג.


די פאליטישע סוויטע איז אנגעקומען צו א לענגערע באזוך ביים רבי'ן שליט"א, וועלכער איז ספעציעל פאר דעם צוועק אריבערגעקומען צו פארן פונעם מקום הנופש וואו דער רבי האלט זיך יעצט אויף בגלילות קרית יואל, צו די בית האכסניא אין מאנסי, אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' אברהם יקותיאל יערמיאש, וואו די אויפנאמע איז אפגעהאלטן געווארן.


ביים באזוך האבן זיך אויך באטייליגט די ראשי והנהלת העיר קרית יואל הרה"ח ר' גדלי סעגעדין און די סאטמארע ראשי קהלה פון מאנסי, וואו מ'האט א לענגערע צייט ארומגערעדט איבער דעם גזירת החינוך אין ניו יארק, און וואס זיי קענען ארויסהעלפן מיט אלעם וואס איז בידם, אזוי אויך אנדערע נושאים לטובת הכלל, און זיי האבן פארשפראכן צו מיטארבעטן מיט אלע זאכן וואס וועלן אויפגעברענגט ווערן אנבאלאנגט דעם פראבלעם פון חינוך און אלע אנדערע ענינים, און דער רבי שליט"א האט זיי מאציל געווען מברכת קדשו לרגל די בעפארשטייענדע וואלן.


ותטה לב המלכות עלינו לטובה





















Comments


bottom of page