top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

חולקין כבוד למלכות • בכבודיגע אויפנאמע אין שיכון סקווירא אין עהרע פון הויכגעשעצטער קאנגרעס ספיקער

מאנטאג פ' שלח • י"ח סיון תשפ"ד | בחצרות הקודש

 

א מלכות'דיגע אויפנאמע איז פארגעקומען נעכטן אין שיכון סקווירא, ווען דער הויכגעשעצטער קאנגרעס ספיקער מייק דזשאנסאן האט אפגעשטאט א באזוך אין סקווירא שטעטל, ווערנדיג אויפגענימען דורך טויזנטער תושבי שיכון סקווירא וועלכע האבן אפגעגעבן דעם כבוד הראוי למלכות.


מטעם בית כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א איז ארויסגעגעבן געווארן די הוראת הקודש אז אלע תלמידי המוסדות זאלן קומען אפגעבן דעם ריכטיגן כבוד ווי עס פאסט, די כולל אינגעלייט און בחורי הישיבות, און אזוי אויך די עלטערע קינדער פון תלמוד תורה.


אינעם גרויסן שאטער ברחובות קריה איז אויפגעשטעלט געווארן א הויכע פלאטפארמע באצירט מיט די אמעריקאנע פענער, א הערליכע שילד מיט א ווארעמע באגריסונג אין עהרע פונעם קאנגרעס ספיקער. אנקומענדיג אין שטעטל אין די פארמיטאג שעה'ן איז די הויכגעשעצטער ספיקער דזשאנסאן אינאיינעם מיט זיין פריינט די לאקאלער קאנגרעסמאן מייק לאולער אפגעווארט געווארן דורך די ראשי הקהילה והמוסדות, הנגיד החסיד ר' אביגדור עסטרייכער הי"ו, הרב החסיד ר' שלום בער פישל הי"ו, הרב החסיד ר' מענדיל בערגער הי"ו, הרב החסיד ר' ישראל משה שפיטצער מעיאר פון שיכון סקווירא, און נאך עטליכע עסקנים ואישי ציבור.


צום ערשט איז פארגעקומען א אפיציעלע אויפנאמע בביתו נאוה קודש פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, ארום א רייכע געדעקטע טיש זענען געזעסן די ספיקער, די קאנגרעסמאן און די געהילפן מיט עטליכע עסקנים, ווען ביים אויבן אן זיצט דער סקווירא רבי במלוא הדרה, דער רבי האט זיך ווארעם באדאנקט פאר זייער שטענדיגע הילף, און דערנאך האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' זושא נאוואסעלער פון לעיקוואד אויף די ענגלישע שפראך. דערנאך האט דער סקווירא רבי ארומגעשמועסט מיטן קאנגרעס ספיקער און די קאנגרעסמאן, איבער די גזירת החינוך אין ניו יארק און נאך וויכטיגע ענינים העומדים על הפרק.


נאכן אויפנאמע איז די חשובע דעלעגאציע ארומגענימען געווארן אינעם נייעם בית מדרש הגדול אין שיכון סקווירא, ווי די עסקנים האבן ארומגעוויזן די פארשריט ביי די בוי ארבעט אינעם נייעם בית מדרש ההולך ונבנה, דערנאך איז מען אריבער צום גרויסן שאטער אין שיכון סקווירא ווי עס זענען געווען פארזאמלט טויזנטער חסידים וילדי התלמוד תורה.


 דער מייסטער רעדנער הרב החסיד ר' אהרן ארי' אייזענבערג הי"ו האט מיט פאסיגע ווערטער באגריסט די ספיקער מיט זיינע געהילפן אויף די ענגלישע שפראך. ר' אהרן ארי' האט ארויסגעברענגט עטליכע וויכטיגע נקודות, די שטארקע פרינציפן פון אונזער חינוך הטהור, און די מסורה פון וואס מיר טוען זיך נישט רירן. דערנאך האט דער קאנגרעס ספיקער אויפגעטרעטן מיט ווערטער, און ארויסגעברענגט זיין געוואלדיגע התפעלות זעענדיג דעם היימישן ציבור, און פארפליכטעט שטענדיג צו שטיין צו די רעכטע האנט פון די אידישע קאמיוניטי.


דערנאך האט אויפגעטרעטן דער לאקאלער קאנגרעסמאן מייק לאולער, און ארויסגעברענגט זיין התפעלות און חשיבות צו קענען פארטרעטן אין קאנגרעס אזא חשובן ציבור. די גאנצע עולם האט הילכיג אפלאדירט און געקלאטשט אפצוגעבן דעם ריכטיגן כבוד אין יעדן געלעגנהייט. דערנאך האבן פילע תשובי השיכון ארויסבאגלייט די הויעכגעשעצטע געסט.



留言


bottom of page