top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

קאנגרעס ספיקער קעווין מק'קארטי וועט מארגן באזוכן שיכון סקווירא

מוצ"ש פ' תצוה ה'תשפ"ג


קול בחצרות - מארגן זונטאג נאכמיטאג וועט דער קאנגרעס ספיקער קעווין מק'קארטי דער העכסטער קאנגרעסמאן פון דער רעפאבליקאנער פארטיי אנקומען אויף א באזוך אויף אן אפצילער באזוך אין שיכון סקווירא אין אריינגיין אל הקודש פנימה צו כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א.


מאקארטי איז מיט עטליכע חדשים צוריק איידער די וואהלן פאר קאנגרעס געוועהן אויף א באזוך ביים סקווירא רבין, ער האט דעמאלטס געבעטן אז סקווירא זאל אינדארסירן דער רעפאבליקאנער קאנגרעס-קאנדידאט מייק לאולער, מק'קארטי האט דאן ביי יענעם באזוך פארשפראכן אז ער וועט נאך צוריק קומען נאך די וואלן אויף א באזוך אין סקווירא.


אצינד נאך וואס מק'קארטי האט געוואונען די ספיקערשאפט אמט, וואס איז די דריטע העכסטע פאזיציע אין די פארייניטגע שטאטן וועט ער אנקומען אויף א באזוך אין סקווירא שטעטל, ווי עס וועט פארקומען א ספעציעלע אויפנאמע דורך די טויזנטער תושבי שיכון סקווירא אפצוגעבן דעם ריכטיגן כבוד הראוי למלכות, ווי אידן האבן זיך געפירט אין אלע דורות אינעם גלות המר.


די אויפנאמע איז באשטימט אויף 4 אזייגער נאכמיטאג, ווי די תלמידי הת"ת פון כיתות ד' און העכער וועלן איהם אפווארטן ביים פארקינג לאט פונעם ביהמ"ד אויף א קורצע אויפנאמע, דערנאך וועט מאקארטי אריינגיין לביתו נאווה קודש פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א.


מטעם קהל צמח דוד דשיכון סקווירא איז געמאלדן געווארן אז אנגעהויבן פון צוויי אזייגער נאכמיטאג וועט די דזשעפערסאן גאס וואס רעכנט אויך אריין די ביהמ"ד פארקינג לאט ווערן אפגעשפארט פאר פארקער ביז 5 אזייגער נאכמיטאג.




Comentários


bottom of page