top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

גרויסארטיגע רבי'שע חתונה בחצר הקודש מונקאטש געפייערט במקהלות אלפי חסידים ואנשי מעשה

מאנטאג פ' שמות • כ' טבת תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: יוסי גאלדבערגער ואחים לענטשעווסקי


מיט געהויבענע און פריידיגע געפילן, האבן מונקאטשער חסידים מיטגעלעבט די גרויסארטיגע רבי'שע חתונה פון א אייניקל ביי רבם ומאורם כ"ק אדמו"ר ממונקאטש שליט"א וואס איז געפייערט געווארן ברוב שמחה וצהלה, נעכטן מיטוואך אין צענטער פון שטאט בארא פארק.


עס איז געגאנגען אונטער די חופה די חתן יונגסטער קינד פון בנו הגדול פון רבין שליט"א הגה"צ ראש ישיבת מונקאטש שליט"א, מיט די כלה א טאכטער פון הרה"ג ר' אפרים שלמה הלברשטאם שליט"א, זון פון הגה"צ אבד"ק רודניק שליט"א, אין איידעם ביי הגה"צ ר' מרדכי בצלאל קליין שליט"א אב"ד סאטמאר לעיקוואוד.


די יעצטיגע שמחת בית צדיקים האט געטראגן מיט זיך א ספעציעלע באדייט, ווען אז דער חשובע מחותן ברא כרעיה דאבוה הגה"צ רבי חיים אלעזר בנו בכורו פונעם רבין שליט"א האט אונטערגעפירט זיין בן זקונים אונטער די חופה בשעה טובה ומוצלחת.


די מעמד קבלת פנים איז פארגעקומען בהיכל בית מדרש הגדול מונקאטש אין בארא פארק. ווי נאר דער גרויסער זיידע, כ"ק אדמו"ר ממונקאטש שליט"א, איז ערשינען אין זאל צום קבלת פנים, האט דער ציבור אויסגעבראכן אין א פרייליכע געזאנג. במשכ'ן קבלת פנים זענען געזינגען געווארן התעוררות'דיגע ווארימע ניגונים, אנגעפירט דורך די משוררים בחצר מונקאטש. דער רבי שליט"א האט מסדר געווען די כתובה, און דערנאך האט אויפגעטראטן מיט הארציגע דברי כיבושין לכבוד דעם חתן, בדחנא דמלכא ר' שמעון דוב גרינבערג, ביי וועלכן מען האט אויך מזכיר געווען די נעמען פון אלע גרויסע אבות וועלכע קומען אראפ פון עולם העליון זיך מיטפרייען בשמחת בניהם.


דערנאך האט מען געזינגען נאך א ניגון הכנה און דאן האט כ"ק אדמו"ר ממונקאטש שליט"א כמנהגו משמיע געווען דברות קודש, די רב האט אנגעהויבן מיט דברי ברכה לכבוד העם הנאספים און ברכות מזל טוב פאר די חשובע מחותנים און ממשיך געווען מיט גאר התעוררות'דיגע דברי כיבושין, וואס האט אריינגעברענגט א מורא'דיגער ערנסטער שטימונג אין בית המדרש. נאכן 'קבלת פנים' איז די רבי שליט"א אינאיינעם מיט די חתן און שושבינין ארויסגעפארן צום אולם השמחה החדש אויף 51/14, ווי מען איז געגאנגען קודם צום באדעקן, און דערנאך האט די רבי אנגעטוהן די מלבושים פארן חתן כנהוג.


די מעמד החופה איז פארגעקומען ברחובה של עיר פארנט פון ביהמ''ד הגדול, בשעת די ניגוני התעוררות איז ערשינען דעם רבינ'ס ברידער כ"ק אדמו"ר מדינוב שליט"א וועלכע איז צום ערשטן מאל ארויסגעקומען ברבים זינט די שווערע אפאראציע וואס די רבי איז דורך, די מונקאטשער רבי שליט"א האט איהם ענטפאנגען מיט גרויס שמחה און אהבה, און איהם געזעצט נעבן זיך.


כ"ק אדמו"ר ממונקאטש שליט"א די זיידע מצד החתן איז מכובד געווארן מיט סידור קידושין, די עידי קידושין זענען געוועהן הרה"ג ר' אלימלך גליק שליט"א דמו"ץ מונקאטש אין לאנדאן, און הרב שלמה באכנער שליט"א. מיט קריאת הכתובה איז מכובד געווארן די פעטער מצד החתן כ''ק האדמו''ר מדינוב שליט''א, מיט די ברכות זענען מכבוד געווארן די זיידע מצד הכלה הגה''צ רבי מרדכי בצלאל קליין אב''ד סאטמאר לעיקוואד, כ''ק האדמו''ר מזמיגראד שליט''א א פעטער מצד הכלה, הגה''צ רבי מרדכי געלבער דומ''ץ מונקאטש בני ברק, הרה"ג ר' ירוחם פישל יהושע בערנשטיין שליט"א, עלטער-פעטער מצד החתן, און הרה"ח ר' שלמה לערנער פעטער מצד הכלה, מיט ברכה אחריתה איז מכובד געווארן די זיידע הגה''צ אב''ד רודניק שליט''א.


נאכן חופה האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים לקול תרועת השמחה, די רבי שליט''א איז געטאנצן א פייערדיגע ריקוד מיט אחיו כ"ק אדמו"ר מדינוב שליט"א, אין די ריקודים האבן ממשיך געווען מיט גרויס שמחה א לענגערע וויילע. נאך די ריקודין האט די רבי שליט''א מאציל געוועהן מברכת קדשו פאר אלע משתתפים אין די שמחה.


נאכן מעמד החופה איז דער עולם אריבער אינעם גרויסן עטרת גולדא זאל וואס איז געווען צוגעגרייט מיט הונדערטער זיץ פלעצער, א כאר פון חסידי'שע מנגנים מחצר הקודש מונקאטש, אנגעפירט דורך דעם מונקאטשער בעל מנגן ר' שמעון ענגעל הי"ו, האבן די גאנצע צייט פון די סעודה און אויך ווייטער ביי די ריקודין מהנה געווען דעם עולם מיט הערליכע נגינה.


דער גאנצער ציבור איז ספאנטאן פארגאנגען אין אן התלהבות'דיגען געזאנג אויף מונקאטשער ניגון: "קול רנה וישועה באהלי צדיקים", ביי דעם מאמענט ווען דער גרויסער זיידע, כ"ק אדמו"ר ממונקאטש שליט"א האט זיך באוויזן אינעם זאל, ווען דער גאנצער עולם טאנצט מיט גרויס התלהבות און חדות הנפש. די רבי איז געטאנצן מיט די חתן און מכבד געווען די זיידעס און מחותנים און די אנוועזנדע רבנים טאנצן מיט די חתן, דערנאך האט זיך די רבי געוואשן צום סעודה און טועם געווען פון די מאכלים.


במשך די סעודת החתונה האבן זיך אנגעזעהן האדמורי"ם מוויען, סערדעהלי, טשערנאביל, ספינקא, סקולען וויליאמסבורג, גאב"ד פריימאן, בני כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט''א און נאך.


אין די צייט וואס עס האט זיך געשלענגעלט די לאנגע רייעס פון חסידים אריבער צו גיין געבן "לחיים" פאר כ"ק אדמו"ר ממונקאטש שליט"א, וואס האט זיך פארצויגן פאר גאנצע צוויי שעה האט דער איבריגער עולם געטאנצט מיט גרויס התרוממות לכבוד שמחת חתן וכלה. גלייך נאך ברכת המזון ושבע ברכות האט מען זיך גענומען צום דעם ערווארטענעם "מצוה טאנץ", די געהויבענע ריקודים של מצוה. גאר געהויבן איז געווען, ווען דער טאלאנטפולער בדחן הרב ישראל אדלער וועלכע איז ספעציעל געקומען צופארן פון ארץ ישראל, האט זיך אויפגעשטעלט אויסרופן כ"ק אדמו"ר ממונקאטש שליט"א, דער זיידע פון די חתן, מיט הערליכע חרוזים און טרעפליכע רעיונות.


א חרדת קודש האט זיך געשפירט ביי אלעמען ביים ארויסברענגען די גרויסקייט פון דעם עת רצון, און מעורר געווען זכות אבות און די צדיקי שושלתא קדישתא געפלאכטן ארום די ענין פון פדיון שבויים


מיט ווארימע און געמאסטענע ווערטער, האט ר' ישראל בשליחות כל הקהל הקודש מזכיר געווען אויף התעוררות רחמים פאר יעדן יחיד און פאר גאנץ כלל ישראל, און מעורר געווען אויף די גאולה שלימה.


א העכערקייט האט זיך ווידער געשפירט בעת די געהויבענע מאמענטן פון די ריקודין של מצוה, ווען נאך דעם ניגון הכנה "לשם יחוד", האט דער רבי שליט"א מיט גרויסע עבודה און דביקות מפזז ומכרכר געווען בכל כחו ואונו, אנגעכאפט אין בנו הגה"צ די ראש ישיבה, און נכדו החתן, ווען די גאנצע זאל איז איינגעהילט געווארן אין א חדוה דקדושה, ווי דער גאנצער עולם זקנים ונערים האבן זיך מיטגעפרייעט טאנצענדיג מיט די שטערקסטע כוחות.


די רב איז געטאנצן אויף די ניגוני קודש, די ניגון וואס די מנחת אלעזר פלעגט טאנצן, דערנאך די ניגון 'כיצד מרקדין' וואס די רב האט פארפאסט ביי די חתונה פון די ערשטע אייניקל, דערנאך די ניגון 'וכל מאמינים' וואס די רב האט פארפאסט לקראת ימים הנוראים דהאי שתא און איז הערליך איבערגעפרישט געווארן לקראת די יעצטיגע שמחה, די רב איז געטאנצן אויף דעם ניגון מיט גרויס התלהבות און מעודד געווען די ריקודין. דערנאך האט דער בדחן ווייטער אויסגערופן  די קרובי המשפחה פון ביידע צדדים, די חשובע זיידעס און מחותנים נאך די מצוה טאנץ פון חתן וכלה, איז דער עולם זיך צוגאנגען מיטנעמענדיג, שמחה, הנאה און רישומא דקדושה פון דער גייסטרייכער איבערלעבעניש פון דער געהויבענער נאכט.





















































bottom of page