top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הדלקה רבתי בצל הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א וועט פארקומען על פני רחוב שמואל הנביא אין ירושלים

  • Bechatzros admin
  • 6 במאי
  • זמן קריאה 2 דקות

דינסטאג פ' אחרי קדושים • ח' אייר תשפ"ה | בחצרות הקודש

ree

עס איז נארוואס באשטעטיגט געווארן אז די יערליכע גרעסטע הדלקה בירושלים עיה"ק, וואס ווערט אפגעראכטן במעמד אלופי אלפי ישראל, בצל קדשו פונעם פאר הדור הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א, וועט פארקומען על פני רחוב שמואל הנביא, אויף "ככר זאקס", וואס ווערט שוין די יעצטיגע טעג העפטיג אויספלאנירט און צוגעגרייט צו אקאמאדירן דעם פלייץ פון טויזנטער משתתפים.


ווי באקאנט איז די הדלקה פון הרה"צ רבי יעקב מאיר שליט"א איינע פון די גרעסטע מעמדים אין יאר בצל קדשו, ווען עס קומען זיך צונויף שווערע טויזנטער אידן מיטצולעבן די הייליגע שעה'ן פון דביקות והתעלות בשמחת הרשב"י, ווען ס'איז באקאנט דעם העכערן התקשרות פון רבי יעקב מאיר בתורת הנסתר, און די הדלקה ווערט יערליך פארוואנדלט אלס לעכטיגע איבערלעבעניש בפלטרין של מלך ירושלים עיה"ק.


אין די לעצטערע יארן פלעגט די הדלקה פארקומען על פני ככר זופניק, אבער צוליב די ענגשאפט אין פלאץ און ס'איז נישט געווען מעגליך צו אקאמאדירן דעם ריבוי העם, איז שוין לעצטע יאר אראנזשירט געווארן דער נייער שטח ביי ככר זאקס, אויף רחוב שמואל הנביא, און היי-יאר, וועט דער שטח ווערן צוגעשטעלט אויף א פילפאכיג גרעסערן פארנעם, אויסגערישט מיט אלע איינריכטונגען לטובת הציבור האלפים.


לענגאויס די גאס וועט אויפגעשטעלט ווערן א גרויסע בימת הכבוד און איבער'ן גאנצן שטח וועט ווערן אויסגעלייגט טויזנטער זיצן און שטיי ערטער, און באזונדער וועט ווערן אויפגעשטעלט די מקום המדורה, גענוג הויך אז יעדער זאל קענען גוט מיטהאלטן און זיך מיטפרייען ביי די הדלקה און ריקודין קדישין.


אזוי ווי פאריאר האט זיך די פאליציי אויך היי-יאר פארלייגט מיט זינלאזע רעגולאציעס, ספעציעל מיט'ן באפעל אז עס טאר נישט אויפגעשטעלט ווערן קיין פארענטשעס, אבער די עסקנים האבן זיך אריינגעלייגט מיט אומערמידליכע כוחות צו קענען אויסרישן דעם פלאץ מיט גענוג ערטער צו אקאמאדירן אלע משתתפים.


דער מעמד וועט זיך אנהייבן בליל ההילולא, קומענדיגן דאנערשטאג אמור אויפדערנאכט, אום 9:30, מיט ניגוני דביקות והתעוררות, און דערויף וועט הגה"צ רבי יעקב מאיר שליט"א אנצינדן די מדורת אש קודש, בשעת דער ציבור וועט ארויסגיין אין עקסטאזליכע טענץ לכבוד התנא אלקי.

תגובות


bottom of page